Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

רעפֿעראַטן און זכרונות פֿונעם לעצטן סאָוועטישן ייִדישן זשורנאַלLectures and memoirs of the last Soviet Yiddish magazine

די ווידעאָ־קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעמערקט 60 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער קאָנטראָווערסאַלער צײַטשריפֿט, „סאָוועטיש היימלאַנד‟.

מיט 60 יאָר צוריק איז אין מאָסקװע אַרױס דער ערשטער נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 13טן יולי, האָט מען אָפּגעמערקט די דאַטע דורך אַ װירטועלן „רונדן טיש‟ אױף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿונעם מאָסקװער אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟.

די דאָזיקע ספּעציעלע זיצונג איז אָרגאַניזירט געװאָרן מיט דער שטיצע פֿונעם רוסישן ייִדישן קאָנגרעס און דעם ייִדיש־צענטער בײַ דעם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס. מער װי דרײַ שעה האָט מען זיך געטײלט מיט זכרונות װעגן דער אַרבעט אינעם זשורנאַל, געהאַלטן קורצע אַנאַליטישע רעפֿעראַטן װעגן זײַן טעטיקײט און אַרומגערעדט דעם בײַטראָג פֿונעם זשורנאַל אין דער ייִדישער קולטור.

„סאָװעטיש הײמאַלד‟ איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער פּאָליטישער „אָדליגע‟ נאָך דעם טױט פֿון יאָסיף סטאַלין. די לעצטע פֿינעף יאָר פֿון סטאַלינס לעבן, 1948–1953, זײַנען געװען די ביטערע צײַט פֿון בלוטיקע רדיפֿות קעגן ייִדן און ייִדיש. דעמאָלט האָט מען פֿאַרמאַכט אַלע ייִדישע אַנשטאַלטן, צװישן זײ די צײַטונג „אײניקײט‟ און דעם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟. די סאַמע חשובֿסטע סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער זײַנען דערשאָסן געװאָרן, אַ היפּשע צאָל האָט מען פֿאַרשיקט אין תּפֿיסות און לאַגערן, און אַלע אַנדערע האָבן פֿאַרלױרן זײער אַרבעט און פּרנסה. עס האָט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז דער סוף פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

עס זײַנען געװען צװײ סיבות, װאָס האָבן גורם געװען אַן אױפֿלעבונג פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד סוף-1950ער יאָרן. דאָס האָט דערקלערט פּראָפֿעסאָר גענאַדי עסטרײַך, װעלכער האָט סוף-1980ער יאָרן געאַרבעט װי דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד‟. די ייִדישע ליטעראַטן, װעלכע האָבן זיך באַפֿרײַט פֿונעם „גולאַג‟ אַרום 1956, האָבן געבעטן בײַ דער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט, מען זאָל זײ דערלױבן װידער דרוקן זײערע װערק. לכתּחילה האָט מען זײ אָפּגעזאָגט, און דעמאָלט האָבן זיך גענומען חשובֿע ייִדישע אָנפֿירער אין דער פֿראַנצײזישער און קאַנאַדער קאָמוניסטישע פּאַרטײען פּועלן בײַ די סאָװעטן.

צוליב זײ האָט דער צענטראַלער קאָמיטעט פֿון דער סאָװעטישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ טאַקע באַשלאָסן צו דערלױבן אַרױסלאָזן אַ ייִדישן זשורנאַל אין 1961. דער נאָמען, „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, איז אַ צוזאַמענשטעל פֿון די נעמען פֿון די צװײ פֿריִערדיקע ייִדישע ליטעראַרישע אַלמאַנאַכן, „סאָװעטיש‟, װאָס איז אַרױס אין די 1930ער יאָרן, און „הײמלאַנד‟, װאָס איז אַרױס אין 1948. אַזױ אַרום האָט מען באַצײכנט דעם המשך צװישן דער נײַער צײַטשריפֿט און דער פֿריִערדיקער סאָװעטישער ייִדישער קולטור.

אַלע דרײַסיק יאָר איז בראָש פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ געשטאַנען אַן אײן און אײנציקער רעדאַקטאָר, דער דיכטער אהרן װערגעליס. ער האָט איבערגעלעבט די גזירות פֿון 1948־1953 און איז פֿאַרבליבן אַ מיטגליד פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַראײן. דערצו איז ער אױך געװען אַ געטרײַער מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און האָט געהאַט אַ שאַרפֿן פּאָליטישן חוש. װערגעליס האָט געניט אױסגענוצט זײַן נײַע פּאָזיציע און בהדרגה אױפֿגעבױט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ חשובֿער פֿיגור אין דער סאָװעטישער פּאָליטישער סבֿיבֿה.

אַהרן ווערגעליס (זיצנדיק, מיט ברילן) רעדט מיט אַ גרופּע ייִדישע שרײַבער Courtesy of the Forward

אין אױסלאַנד האָט ער געלאָזט פֿאַרשטײן, אַז ער איז אַן אַרײַנגײער אין די הױכע פֿענצטער פֿון דער סאָװעטישער רעגירונג. זײַנע סאָװעטישע קוראַטאָרן אין דעם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ האָבן אים געשאַצט פֿאַר זײַנע פֿאַרבינדונגען אין דער ייִדישער סבֿיבֿה, װאָס זײ האָבן געהאַלטן פֿאַר אַ װיכטיקן פּאָליטישן שפּילער אין אײראָפּע און אַמעריקע.

נאַטירלעך, האָט מען בעת דער קאָנפֿערענץ אַ סך גערעדט װעגן װערגעליס און זײַן ראָלע. מען האָט זיך דערמאָנט אָן פּערזענלעכע באַגעגענישן מיט װערגעליסן, איבערדערצײלט מעשׂיות, װאָס מען האָט אַ מאָל געהערט פֿון אים, און געפּרוּװט אָפּצושאַצן זײַן ראָלע אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. דאָס רובֿ רעדנער האָבן געהאַלטן, אַז די דאָזיקע ראָלע איז געװען אַ סתּירותדיקע. פֿון אײן צד איז װערגעליס געװען אַ דיקטאַטאָרישע פּאַרשױן און אַ שטרענגער אידעאָלאָגישער משגיח איבער דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. פֿונעם אַנדערן צד האָט ער געשאַפֿן אַ מעגלעכקײט פֿאַר ייִדישע שרײַבער צו דרוקן זײערע חיבורים און אַפֿילו צו ציִען פּרנסה פֿון זײער ליטעראַרישער מלאָכה.

מען האָט ספּעציעל באַמערקט, אַז דװקא אַרום „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ האָט זיך אין די 1980ער יאָרן אױסגעפֿורעמט אַ גרופּע יונגע ייִדישע ליטעראַטן, צװישן זײ באָריס סאַנדלער, מיכאל פֿעלזענבאַום, װעלװל טשערנין, משה לעמסטער און אַנדערע. זײ האָבן ממשיך געװען זײער שעפֿערישע טעטיקײט אין ישׂראל און אַמעריקע. עס איז מערקװירדיק, האָט דערמאָנט עסטרײַך, אַז װערגעליסעס באַציִונג צו די ייִנגערע שרײַבער איז געװען װאַרעמער אײדער צו די עלטערע װײַל ער האָט אין זײ געזען דעם המשך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

„סאָװעטיש הײמלאַנד‟ האָט קײן מאָל ניט געהאַט קײן סך לײענער, ניט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און ניט אין אױסלאַנד. פֿאַר די סאָװעטן איז דאָס געװען אַ מין שױפֿענצטער, װאָס האָט געדאַרפֿט װײַזן דער װעלט, אַז די סאָװעטישע מאַכט שטיצט ייִדיש. אָבער ייִדיש איז געװען די אײנציקע שפּראַך צװישן סאָװעטישע מינאָריטעט־שפּראַכן, װאָס מע האָט ניט געקענט אױסלערענען אין אַ סאָװעטישער שול. אַזױ אַרום איז „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ געװען אַ לעקטור פֿאַרן עלטערן דור און האָט ניט געהאַט קײן שום צוקונפֿט. אַזױ איז געװען דער מצבֿ אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, אָבער דאָס האָט זיך געביטן אין די 1980ער יאָרן.

דעמאָלט, װי עס האַלט פּראָפֿעסאָר מיכאל טשלענאָץ, איז ייִדיש בהדרגה געװאָרן פּאָפּולער בײַם יונגן דור סאָװעטישע ייִדן. טשלענאָװ דערקעלרט, אַז דאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער סאָװעטישער פּאָליטיק, װאָס האָט צו יענער צײַט כּמעט װי פֿאַרװערט די ייִדישע עמיגראַציע פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אַ היפּשע צאָל אַקטיװיסטן, װאָס האָבן זיך צוגעגרײט צו עליה, זײַנען געװאָרן „רעפֿיוזניקעס‟. זײ האָבן זיך גענומען פֿאַר שטודירן זײער קולטור־ירושה און אַזױ אַרום האָבן זײ אַנטדעקט ייִדיש. אײניקע פֿון זײ זײַנען געקומען צו ייִדיש דורך עבֿרית. מען האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ ייִדיש־אָפּטײל בײַ דעם העברעיִשן „איגוד המורים‟, דעם אומלעגאַלן „פֿאַראײן פֿון העברעיִש־לערער‟; װעגן דעם האָט דערמאָנט שלמה גראָמאַן פֿון ישׂראל.

װי עס קומט פֿאָר אַלע מאָל בעת אַזאַ מין שמועסן, האָט מען געשטעלט די פֿראַגע װעגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש. עס איז אַװדאי ניטאָ קײן ענטפֿער אױף דער דאָזיקער קשיא, אָבער די געשיכטע פֿון „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ און פֿונעם אױפֿלעבן פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1980ער יאָרן קען דינען װי אַ יסוד פֿאַר אָפּטימיזם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version