צי מעגן פֿרויען לויט דער חרדישער שיטה קריגן בילדונג?Are women in the Haredi community permitted to receive an education?
די עקסטרעמע מיינונגען פֿונעם ספֿרדישן הויפּט־רבֿ אין ישׂראל האָבן צוגעצויגן סײַ הסכּמות, סײַ שאַרפֿע קריטיק מצד דער ישׂראלדיקער פּרעסע.
נישט לאַנג צוריק האָט דער ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ, יצחק יוסף, גערופֿן בחורים זיך צו לערנען נאָר אין „הייליקע ישיבֿות‟, וווּ מע לערנט נישט קיין וועלטלעכע לימודים. זײַנע ווערטער האָבן גורם געווען אַ קאָנטראָווערסיע סײַ אין דער פּרעסע, סײַ אויף דער אינטערנעץ – טיילווײַז צוליב זײַן אייגענער קעגנערשאַפֿט צו דער מאָדערנער בילדונג, סײַ צוליב דער פֿאַרשפּרייטער שׂינאה צו די חרדים צווישן דעם וועלטלעכן עולם.
הרבֿ יוספֿס ווערטער האָט מען צוערשט מפֿרסם געווען אויף דער פּאָפּולערער פֿרומער וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟. דער רבֿ האָט געזאָגט, אַז אין „הייליקע‟ ישיבֿות לערנט מען נאָר די תּורה־הקדושה מיט די „ריכטיקע‟ השקפֿות – אָן קיין סטאַנדאַרטער שול־פּראָגראַם („לימודי ליבה‟) און „אַנדערע שטותים‟. יוסף האָט זיך באַרימט, אַז ער אַליין האָט נישט פֿאַרענדיקט קיין מיטלשול און ביז הײַנט האָט נישט קיין שול־דיפּלאָם. „האָב איך עפּעס פֿאַרפֿעלט? נאַרישקייטן! דער עיקר איז אונדזער תּורה!‟
אַ ריי העברעיִש־שפּראַכיקע קאָמענטאַטאָרן האָבן געשטיצט דעם רבֿס דעות און צוגעגעבן נאָך פֿײַער; איינער האָט געשריבן, אַז די וועלטלעכע חכמות „פֿירן צו סיטרא־אַחרא‟, און אַ צווייטער – אַז דאָרט, וווּ מע לערנט זיי, איז „אַן אַרמיי פֿון שמד און צעשטערונג‟. מיט אַנדערע ווערטער, זיי זענען אַ סך ערגער, ווי סתּם „שטותים‟. אַנדערע ישׂראלדיקע קאָמענטאַטאָרן האָבן אָבער אויסגעלאַכט דעם רבֿ.
די סיבה פֿאַר וואָס מע זעט פֿאַרשידענע מיינונגען וועגן דעם רבֿס ווערטער מצד די פֿרומע קאָמענטאַטאָרן אין ישׂראל איז פֿאַרשטענדלעך יעדן, וואָס קען די פֿרומע וועלט פֿון אינעווייניק. יעדע קהילה און, אין אַ געוויסער מאָס, יעדע באַזונדערע משפּחה, האָט שוין אַן אייגענע דעה, ווי אַזוי מע זאָל זיך באַציִען צו דער וועלטלעכער בילדונג. הרבֿ יוסף האָט אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון אַ גרעבלעכן פּאַרשוין, וואָס דערלויבט זיך פֿון צײַט צו צײַט בפֿירוש ראַסיסטישע אַרויסזאָגונגען. בײַם אַשכּנזישן עולם האָבן זײַנע ווערטער ווייניק באַטײַט, און בײַ די ספֿרדים איז ער בלויז איינער פֿון די רבנים. יעדער ווייסט, אַז די עצם־דעה איז פֿאַרשפּרייט צווישן די חרדים. וואָס איז דערפֿאַר דער חידוש?
לויט אַן אַרטיקל אינעם „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟ האָבן דעם רבֿס קריטיקער געטענהט, אַז ער רופֿט זײַנע נאָכפֿאָלגער נישט צו אַרבעטן. דאָס איז לאַוו־דווקא אמת. נישט צו לערנען קיין פּשוטע פֿאַכן בכלל האָט ער נישט גערופֿן. אין דער זעלבער צײַטונג האָט זיך אויך באַוויזן גאָר אַ נעגאַטיווער מיינונג־אַרטיקל פֿונעם שרײַבער און פּאָליטישן אַנאַליטיקער, דן פּערי. דערמאָנענדיק הרבֿ יוספֿס ווערטער, האָט ער באַטאָנט, אַז די חרדים זענען אַ גרעסערע סכּנה פֿאַר דער מדינת־ישׂראל, ווי די אַראַבער און איראַן. ענלעכע עקסטרעמע דעות האָבן זיך באַוויזן אין פֿאַרשיידענע פֿייסבוק־גרופּעס.
איין פּראָבלעם האָט די פּרעסע אָבער, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרקוקט: סעקסיזם. אַ קאָמענטאַטאָרין אויף דער וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟, מיטן נאָמען מיכל (מיכאַל), האָט זיך באַרימט, אַז זי באַזאָרגט איר מאַן „בכּבֿוד‟, אַז צוליב דער סיעתּא־דשמיא און ברכה האָבן זיי געלט. בדרך־כּלל שאַפֿט זיך אָבער דער אײַנדרוק, אַז ס׳איז אַ מענערישער שמועס וועגן די ווערטער פֿון אַ מאַן, וואָס לעבט אין אַ מענערישער וועלט. מילא, איז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט גוט באַקאַנט דער באַגריף „ביטול־תּורה‟: אויב מע קאָן אויסמײַדן איבעריקע טירחות און לימודים, מוז יעדער מאַן זיך פֿאַרנעמען, אויף וויפֿל מע קען, בלויז מיטן תּורה־לערנען און עבֿודת־השם. אַוודאי, איז נאָך אין דער מיטל־עלטער געווען באַקאַנט די פֿאַרקערטע דעה: אַז אַלע וועלט־חכמות, אויב שטודירט לשם־שמים, העלפֿן צו פֿאַרשטיין די תּורה בעסער.
אין ערגעץ שטייט אָבער נישט געשריבן, אַז אַ פֿרוי טאָר נישט ווערן, למשל, אַ דאָקטערין צי אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק. „ביטול־תּורה‟ איז נאָר אַ מענערישע פּראָבלעם.
פֿאַרוואָס ווערן די פֿרויען בכלל נישט דערמאָנט? אין דער ישיבֿישער וועלט האָבן די מענער אָפֿט נישט ליב, ווען זייערע ווײַבער באַקומען אַ הויכע בילדונג און פֿאַרנעמען זיך מיט אינטעלעקטועלע פּראָפֿעסיאָעס. אַזעלכע מענער ווילן זען זייערע פֿרויען ווי קעכערינס און מאַמעס, נישט ווי „אויבערחכמדיקע‟ פּראָפֿעסאָרשעס. צוליב דער דאָזיקער סיבה ווערן די בילדונג־רעכט פֿון פֿרויען איגנאָרירט.
פֿאַרוואָס הערן מיר זעלטן די מיינונגען פֿון חרדישע טוערינס און רביצינס? ווען מע אַנאַליזירט און קריטיקירט פֿאַרשיידענע דעות פֿון רבנים, איז וויכטיק תּמיד האָבן אין זינען די אומסימעטרישע, צומאָל בפֿירוש סעקסיסטישע סטרוקטור פֿון דער חרדישער געזעלשאַפֿט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO