אָנלײַן־רעפֿעראַט (אויף ענגליש): אַנימאַציע - אַ נײַער מעדיום פֿאַר ייִדישOnline lecture (in English): Animation – a new medium for Yiddish
דער ייִדישער בעלעטריסט, לייבל באָטוויניק, וועט ווײַזן אויסצוגן פֿון מער ווי 50 פֿילמען.
זינט 1979 האָט מען געשאַפֿן צענדליקער אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש. לייבל באָטוויניק, אַ ייִדישער שרײַבער און טעכנישער שרײַבער אין אַ הײַ־טעק־פֿירמע וואָס שאַפֿט אַליין אַזעלכע פֿילמען, וועט דינסטיק, דעם 20סטן יולי, האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ענגליש וועגן דעם אין נתניה בײַם אָרטיקן קהילה־צענטער פֿאַר ענגליש־רעדנדיקע עולים.
אין דער פּראָגראַם וועט באָטוויניק ווײַזן אויסצוגן פֿון מער ווי 50 פֿילמען, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין אַמעריקע, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, פּוילן, ישׂראל, קאַנאַדע, שוועדן, דײַטשלאַנד און ליטע. צווישן די פֿילמען, וואָס זענען מערסטנס 1 ביז 17 מינוט לאַנג, געפֿינט מען געשיכטעס פֿונעם חורבן, ייִדיש־רעדנדיקע ראָבאָטן און אַפֿילו אַ רבֿ וואָס פֿליט אין קאָסמאָס.
דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט ישׂראל־צײַט (12:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט). דער אײַנטריט איז 50 שקלים פֿאַר די מיטגלידער פֿונעם צענטער וואָס פֿאַרשרײַבן זיך פֿון פֿריִער, 60 שקלים פֿאַר די וואָס באַצאָלן בײַם אַרײַנגאַנג און 70 שקלים פֿאַר די וואָס ווילן זען די פּראָגראַם דורך „זום“. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
לייבל באָטוויניק איז אויפֿגעוואַקסן אין מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט ווי אַ צענערלינג, אין איינעם מיט זײַנע ברידער, אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדיש־שפּראַכיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם. אין 1980, ווען ער איז געווען 23 יאָר אַלט, האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ייִדישן ראָמאַן פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק (אָדער ווי מע רופֿט עס אויך: פֿאַקטאַזיע), „די געהיימע שליחות“. אַ לאַנגיאָריקער ישׂראלדיקער תּשובֿ, איז באָטוויניק, אין 2020, באַלוינט געוואָרן מיט דער ישׂראלדיקער מלוכישער פּרעמיע פֿאַר נײַע קורצע דערציילונגען אויף ייִדיש פֿאַר זײַן דערציילונג, „פֿלי, פֿאַרבן־פֿלאַטערל, פֿלי“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO