Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די אַמאָליקע שילן אַ הויפּטטעמע אויף קאָנפֿערענץ וועגן ייִדן אין בעלאַרוסOld synagogues are a main theme at conference about Jews in Belarus

מע האָט אויך גערעדט וועגן קולבאַקס פּאָעטישער וויזיע פֿון רײַסן, און דער שטאָט האָמעל — אַן אַמאָליקער צענטער פֿון מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור

אױף דער װירטועלער קאָנפֿערענץ, „געשיכטע, קולטור און ירושה פֿון ייִדן אין בעלאַרוס‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 28סטן ביזן 30סטן יוני, האָט מען געהאַלטן כּמעט פֿופֿציק רעפֿעראַטן, װעלכע האָבן צוגעצױגן איבער 700 צוקוקער — אַ סימן פֿון אַ שטאַרקן אינטערעס צו דער טעמע סײַ אין בעלאַרוס, סײַ אין אַנדערע לענדער. עס איז ניט קײן ספֿק, אַז די הײַנטיקע פּאָליטישע סיטואַציע אינעם דאָזיקן לאַנד האָט פֿאַרשטאַרקט דעם אינטערעס צו אירע היסטאָרישע פּראָבלעמען, צװישן זײ — צו דער ייִדישער טעמע.

ייִדן אױף דער טעריטאָריע פֿונעם הײַנטיקן בעלאַרוס האָבן אַ רײַכע און דראַמאַטישע געשיכטע. אַ מאָל איז דאָס דאָזיקע לאַנד געװען אַ טײל פֿונעם גרױס־פֿירשנטום ליטע; דערנאָך האָבן די װײַסרוסישע לענדער געהערט צו פּױלן, רוסלאַנד און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און ערשט אין 1991 איז בעלאַרוס געװאָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה.

בײַ ייִדן האָט דאָס דאָזיקע לאַנד געהײסן ליטע, רײַסן אָדער װײַסרוסלאַנד. בעת די סאָװעטישע צײַטן איז די ייִדישע געשיכטע פֿאַרשװיגן געװאָרן, און ביזן הײַנטיקן טאָג האָט בעלאַרוס ניט קײן געהעריקע אַקאַדעמישע פּראָגראַמען אין יודאַיִסטיק. אָבער דער עפֿנטלעכער אינטערעס צו דער ייִדישער טעמע האַלט אין אײן װאַקסן. מען װיל פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַן אָרט האָבן ייִדן פֿאַרנומען אין דעם קולטורעלן, פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון דעם לאַנד, און װי ס׳זענען געווען די באַציִונגען צװישן ייִדן און אַנדערע פֿעלקער אין די װײַסרוסישע לענדער.

אַ צאָל אָרטיקע תּושבֿים פֿאָרשן די געשיכטע פֿון זײערע שטעט און דערפֿער, װאָס זײַנען אַ מאָל געװען ייִדישע שטעטלעך. זײ רײניקן די פֿאַרלאָזטע ייִדישע בית־עלמינס; פּרוּװן אָפּצוהיטן די צעשטערטע געבײַדעס פֿון שילן, און זאַמלען מאַטעריאַלן װעגן דעם ייִדישן חורבן. אָבער די דאָזיקע טעטיקײט האָט ניט קײן שטיצע מצד דער רעגירונג, װאָס האָט ניט קײן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור־ירושה.

אַזױ אַרום זײַנען דאָ אַ סך ערנצטע פּראָבלעמען, װאָס מען דאַרף לײזן, און בעלאַרוס האָט ניט גענוג כּוחות און רעסורסן אויף דעם. ביז לעצטנס האָט מען באַקומען אַ ביסל שטיצע פֿון אױסלאַנד, דער עיקר, פֿון דײַטשלאַנד און פּױלן, אָבער לעצטנס האָט מען אַזאַ מין מיטאַרבעט אױך פֿאַרװערט.

און דאָך איז די קאָנפֿערענץ, װאָס איז אָרגאַניזירט געװאָרן דורך דעם אוניװערסיטעט פֿון סאַוטהעמפּטאָן אין ענגלאַנד און דעם מינסקער צענטער פֿון דער רײַסיש-ייִדישער קולטור־ירושה, געװען אַ גרױסער דערפֿאָלג. מען האָט באַטראַכט דאָס װײַסרוסישע ייִדנטום פֿון פֿאַרשײדענע שטאַנדפּונקטן׃ עטנאָגראַפֿישע, היסטאָרישע און ליטעראַרישע.

אַ ספּעציעלע סעסיע איז געװען געװידמעט דער אַרכיטעקטור פֿון שילן. בעלאַרוס פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל היסטאָרישע געבײַדעס, צװישן זײ — אַזעלכע װיכטיקע מאָנומענטן װי די געמױערטע שילן אין סלאָנים און אָשמיאַן. צום באַדױערן, געפֿינען זײ זיך אין אַ שלעכטן צושטאַנד. בלױז אײן היסטאָרישע שיל אין דער גאַנצער רעפּובליק, די שיל אין גראָדנע, איז צוטריטלעך פֿאַר טוריסטן.

צװישן 1920 און 1939 איז די טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער רעפּובליק בעלאַרוס געװען צעטײלט צװישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און פּױלן. דאָס ייִדישע לעבן אין אָט די צװײ טײלן איז געװען גאָר אַנדערש. די פּױלישע רעגירונג איז ניט געװען פֿרײַנדלעך צו ייִדן, אָבער זי האָט דערלאָזט ייִדן אַנטװיקלען זײערע אײגענע רעליגיעזע, קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס. ייִדן האָבן געהאַט אַ געדיכטע נעץ פֿון שולן פֿון פֿאַרשײדענע ריכטונגען, פֿון פֿרומע ישיבֿות ביז סאָציאַליסטישע, בונדיסטישע שולן. עס איז נאַטירלעך, אַז דװקא די דאָזיקע מערבֿדיקע, פּױלישע שטחים, װאָס געפֿינען זיך הײַנט אין דער בריסקער, גראָדנער, טײלװײַז אויך אין דער מינסקער און װיטעבסקער געגנט, האָבן צוגעצױגן מער אינטערעס בײַ די אָרטיקע פֿאָרשער אײדער דער מזרחדיקער סאָװעטישער טײל, װוּ דאָס ייִדישע לעבן איז געװען שטרענג קאָנטראָלירט דורך דער קאָמוניסטישער מאַכט.

די היסטאָרישע געאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישן רײַסן און ליטע איז געװען די טעמע פֿון עטלעכע רעפֿעראַטן. װלאַדימיר לעװין (ירושלים) האָט דערצײלט װעגן די געאָגראַפֿישע אַספּעקטן פֿון דער שיל־אַרכיטעקטור. ביזן חורבן זײַנען אין װײַסרוסלאַנד געװען אַ היפּשע צאָל הילצערנע שילן. די סאַמע באַרימטע, צוליב אירע געמאָלטע בילדער, איז געװען די הילצערנע שיל אין מאָלעװ. צום באַדױערן, זײַנען אַלע הילצערנע שילן חרובֿ געװאָרן. דאָס רובֿ זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן בעת דער ערשטער און צװײטער װעלט־מלחמה. די געמױערטע שילן האָבן זיך אָפּגעהיט בעסער, אָבער זײ נײטיקן זיך אין אַ גרונטיקער רעמאָנט.

איין רעפֿערענט אויף דער קאָנפֿערענץ, סיאַרהײ שופּאַ (פּראָג), גיט זיך אָפּ מיט איבערזעצן משה קולבאַקס װערק אױף דער װײַסרוסישער שפּראַך. ער האָט דערצײלט, װי אַזױ קולבאַק האָט „געשאַפֿן‟ דאָס אײגנאַרטיקע פּאָעטישע לאַנד „רײַסן‟ מיט אוראַלטע װעלדער און טײַכן, און מיט פֿיזיש שטאַרקע ייִדישע פּױערים.

אַן אַנדער באַרימטער ייִדישער מחבר פֿון װײַסרוסלאַנד איז געװען זלמן שניאור, דער העלד פֿונעם רעפֿעראַט פֿון יעקבֿ הערסקאָװיץ (ירושלים). להיפּוך צו קולבאַקן, האָט שניאור פֿאַרלאָזט װײַסרוסלאַנד יונגערהײט און האָט זיך דאָרטן מער ניט אומגעקערט. אָבער זײַן הײמשטאָט, שקלאָװ, פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אין זײַנע ליטעראַרישע װערק, װאָס ער האָט געשריבן אױף ייִדיש און העברעיִש, צווישן זיי: „שקלאָװער ייִדן‟, „קיסר און רבי‟, „נח פּאַנדרע‟.

דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער רפֿי צירקין־סדן האָט דערציילט וועגן דער שטאָט האָמעל — אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור בײַם אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. אורי-ניסן גנעסין, גרשון שאָפֿמאַן און יוסף חיים ברענער האָבן אַלע געוווינט אין האָמעל און געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקן „שטאָטישן טעקסט‟ דערפֿון אין זײערע װערק.

אינעם גערעם פֿון דער קאָנפֿערענץ זײַנען אויך פֿאָרגעקומען צװײ „רונדע טישן‟, װוּ מען האָט אַרומגערעדט די אױסזיכטן אױף דער צוקונפֿט פֿונעם װײַסרוסישן ייִדנטום און זײַן קולטור־ירושה, בפֿרט אַז אין די לעצטע צײַטן האָט בײַ ייִדן פֿון װײַסרוסישן אָפּשטאַם איבער דער גאַנצער װעלט זיך צעוואַקסן דער אינטערעס צו און פֿאַרבינדונג מיט בעלאַרוס, און צו דער קולטור־ירושה פֿונעם רײַסישן ייִדנטום.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.