ווידעאָ: בעלגישער זינגער הירש ראָטענבערג טרעט אויף מיטן ליד, „אַ ייִדישע האַרץ‟WATCH: Belgian singer Hershy Rottenberg performs “A Jewish Heart”
דאָס ליד האָט ראָטענבערג קאָמפּאָנירט אין 2018 לכּבֿוד אַ בענעפֿיט לטובֿת דער „רופֿא־חולים ראַק־געזעלשאַפֿט‟ אין מאָנסי, נ״י
אין יולי 2018 האָט הירש ראָטענבערג, אַ בעלזער חסיד אין בעלגיע, אויפֿגעטראָטן אויף אַ בענעפֿיט־באַנקעט אין מאָנסי, נ״י מיט אַ ליד וואָס ער האָט געשאַפֿן לכּבֿוד דער אָרטיקער אָרגאַניזאַציע, די „רופֿא־חולים ראַק־געזעלשאַפֿט‟.
די מעלאָדיע פֿונעם ליד האָט אַראַנזשירט צבֿי בלומענפֿעלד, און עס באַגלייט ראָטענבערגן דאָ דער „פֿריילעך־אָרקעסטער‟ און דער „שירה־כאָר‟.
אָט איז דער טעקסט פֿונעם ליד:
איך בין א קליין מענטשעלע, פֿלייש און ביין, מיט געפֿילן געמישטע אָבער הער דיך אײַן, איך האָב אַ האַרץ, אַ ייִדישע האַרץ. איך האָב אַ האַרץ, וואָס פֿילט ווען ס’גייט דיר שווער, איך האָב אַ האַרץ, וואס וויינט ווען דו קענסט נישט מער, איך האָב אַ האַרץ וואָס בעט און בעט פֿאַר דיר, איך האָב אַ האַרץ, אַ ייִדישע האַרץ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO