Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קינדערביכל וועגן ייִנגל מיט געגטע עלטערן אַרויס אין צוויישפּראַכיקער אויפֿלאַגעChildren’s book about boy with divorced parents now available in bilingual edition

די דערציילונג פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן זשורנאַליסט הערש דוד נאָמבערג איז לכתּחילה אַרויס אין אין 1908.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

די וואָך איז אַרויס אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון אַ קינדערביכל, אָנגעשריבן פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן עסיייִסט און זשורנאַליסט, הערש דוד נאָמבערג, וועגן דער איבערלעבונג פֿון אַ ייִדיש ייִנגל נאָך דעם ווי זײַנע טאַטע־מאַמע גטן זיך.

דאָס ביכל, „צווישן טאַטע־מאַמע‟, איז לכתּחילה פּובליקירט געוואָרן אין 1908 דורכן וואַרשעווער פֿאַרלאַג, „ביכער פֿאַר אַלע‟. די איצטיקע אויפֿלאַגע איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך „פֿאַרלאַג־פּרעס‟ (Farlag Press), וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אינעם בוך קען מען לייענען סײַ דעם ייִדישן אָריגינאַל, סײַ אַן ענגלישע איבערזעצונג דערפֿון, דורכגעפֿירט פֿון די ליטעראַרישע איבערזעצערס, דניאל קענעדי און אָלי עלקוס. דאָס ביכל האַנדלט זיך וועגן אַ ייִדיש ייִנגל, יצחק, וואָס זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זיך געגט. די מאַמע האָט חתונה מיט אַ צווייטן און דער קליינער יצחק דאַרף איצט וווינען בײַם טאַטן אין דער גרויסער שטאָט, וואַרשע.

עטלעכע קריטיקערס באַדאַנקען קענעדי פֿאַרן אַרויסראַטעווען נאָמבערג פֿון דער פֿאַרגעסנקייט. „צווישן טאַטע־מאַמע‟ איז שוין דאָס דריטע בוך נאָמבערגס וואָס קענעדי האָט איבערגעזעצט. פֿריִער איז געווען „אַ פֿריילעכע נשמה און אַנדערע דערציילונגען‟ אַרויס דורכן פֿאַרלאַג, Snuggly Books, ווי אויך אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון נאָמבערגס זאַמלונג, „וואַרשעווער מעשׂיות‟, וואָס איז אַרויס פֿונעם ליטעראַרישן פֿאַרלאַג בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, „ווײַסע ציג־פֿאַרלאַג‟.

הערש דוד נאָמבערג (1876־1927) איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע דערציילונגען וועגן וואַרשעווער קינסטלער, פֿילאָסאָפֿן, יונגע אינטעלעקטואַלן און סתּם „שלימזלניקעס‟. זײַנע פּערסאָנאַזשן ראַנגלען זיך אָפֿט מיטן קאָנפֿליקט צווישן ייִדישקייט און זייערע אייגענע תּאוות, אָפֿט אויך מיט דאגת־פּרנסה. זײַנע דערציילונגען, וואָס זײַנען, צום טייל, הומאָריסטיש און סאַטיריש, צום טייל — גאַנץ ערנסט, שפּיגלען אָפּ דאָס ייִדישע לעבן אין וואַרשע אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

קענעדי אַליין איז אַ געבוירענער אירלענדער, וואָס וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער. ער איז דער רעדאַקציע־סעקרעטאַר פֿאַרן איבערזעצונג־אָפּטייל פֿונעם אָנלײַן־זשורנאַל „אין געוועב‟, און אַ גרינדער פֿונעם „פֿאַרלאַג־פּרעס‟. ער האָט צוויי מאָל באַקומען איבערזעצונג־סטיפּענדיעס פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער. דער „פֿאַרלאַג־פּרעס‟ גיט אַרויס נישט בלויז ביכער, נאָר אויך „שפּראַכבונד‟ — אַ זשורנאַל פֿון ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, וואָס גייט אַרויס אַ מאָל אויף ענגליש און אַ מאָל אויף פֿראַנצייזיש.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version