ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט נחום סטוטשקאָווס צוגאַנג צו „ייִנגליש“Yiddish radio personality Nahum Stutchkoff’s attitude towards Yinglish
כאָטש ער האָט ליב געהאַט מאַמע־לשון זענען אין זײַנע ראַדיאָ־פּיעסעס געווען אַ סך ענגלישע ווערטער. פֿאַר וואָס?
פֿון די 1930ער ביז די 1950ער יאָרן איז נחום סטוטשקאָוו געווען אַ שם־דבֿר אינעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, ווײַל ייִדן האָבן כּסדר געהערט זײַן קול ווי אַן אַנאָנסער אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD. ער איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָמעדיעס, מעלאָדראַמעס און, דער עיקר, זײַנע רעקלאַמעס.
די פּאָפּולערסטע סעריעס זײַנען מסתּמא געווען די מעלאָדראַמעס, „בײַ טאַטע־מאַמעס טיש“, און „צרות בײַ לײַטן“, וואָס האָבן זיך געוויינטלעך געהאַנדלט וועגן משפּחות מיט פּראָבלעמען. סטוטשקאָוו האָט נישט בלויז אָנגעשריבן די סצענאַרן, ער האָט אויך געשפּילט אַ טייל פֿון די ראָלעס, אָפֿט צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, ציליע, און זייערע צוויי קינדער, מישאַ און אסתּר.
דער עיקר, האָט סטוטשקאָוו אויסגענומען מיט זײַן באַרעדעוודיקייט. ער האָט געקענט רעדן פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער, און אַזוי אויך די פֿיקטיווע פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע פּיעסעס. דאָס איז דווקא געווען אַ מעלה ווײַל אַחוץ עטלעכע קלאַנגעפֿעקטן (אַ טיר עפֿנט זיך, אַ טעלעפֿאָן קלינגט) און אַ פּאָר מוזיקאַלישע אינטערלודן, באַשטייט די גאַנצע ראַדיאָ־פּיעסע בלויז פֿון דיאַלאָג.. דערפֿאַר איז נאַטירלעך, אַז סטוטשקאָווס העלדן האָבן כּוח־הדיבור און אַז זייער רעדן צעגיסט זיך איבער אַלע גרענעצן — אויך איבער די גרענעצן צווישן שפּראַכן.
סטוטשקאָווס ייִדן מישן כּסדר ייִדיש מיט ענגליש, פּונקט אַזוי ווי מע הערט הײַנט בײַ די חסידים אין ברוקלין. מסתּמא האָבן ס’רובֿ ייִדיש־רעדערס אין אַמעריקע אַזוי גערעדט, ווי נאָר זיי זײַנען אַראָפּ פֿון דער שיף און זיך אויסגעלערנט די ערשטע ענגלישע ווערטער. ס’רובֿ צוהערערס האָבן פֿאַרשטאַנען ענגליש, איז סטושטאָוו געווען פֿרײַ אָפּצושפּיגלען זייערע נאַטירלעכע רייד און נישט געדאַרפֿט ניצן די געקינצלטע ריין־ייִדישע שפּראַך, וואָס מע האָט געוויינטלעך געניצט אויף דער בינע. אין אַ שמועס צווישן אַ באָבע און אַן אייניקל אויף דער פּראָגראַם, רעדט דאָס קינד אָפֿט ענגליש, אָדער אַ צעבראָכן ייִדיש: „זי מיר געזאָגט, דו גייסט שטיין יום־טובֿ מיט אָנקל איזראַעל…“ די נישט־ייִדישע פּערסאָנאַזשן רעדן אַוודאי נאָר ענגליש און עס קומען פֿאָר גאַנצע ענגלישע סצענעס, אַ מאָל פֿון עטלעכע זײַטלעך.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס ענגליש ווערט געוויינטלעך אַרויסגערעדט מיט אַ ייִדישן אַקצענט און איז אַ מאָל פֿאַרטײַטשט וואָרט בײַ וואָרט פֿון ייִדיש: „לעטס בעטער טאָק ביזנעס“ (לאָמיר בעסער רעדן געשעפֿטן). „ווייט אַ ווײַל“ (וואַרט אַ ווײַלע). „אײַ שוד ליוו סאָו“ (איך זאָל אַזוי לעבן). סטוטשקאָוו האָט געהאַט אַ גוטן אויער פֿאַרן אַמעריקאַנער גערעדטן ענגליש, וואָס איז אָפֿט פֿאַרקירצט און אָפּגעהאַקט: „צאָלרײַט“ (it’s alright), “וואָטסעמעטער„ (what’s the matter).
אין זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם „מאַמע־לשון“ האָט סטוטשקאָוו געפּרוּווט ווי נישט איז צו באַרעכטיקטן זײַן טאָלעראַנץ פֿאַר אַמעריקאַניזמען. ער האָט געטענהט, אַז ייִדן ניצן ענגלישע ווערטער פֿאַר אַזעלכע זאַכן, וואָס זיי האָבן זיך ערשט באַקענט מיט זיי אין אַמעריקע: אַ פֿרידזשידער, אַ סוועטער, אָדער דעם סאָבוויי. פֿאַראַן ווייניק האָפֿענונג, האָט ער געהאַלטן, אַז מע וועט פּועלן בײַ ייִדן צו ניצן אַנדערע ווערטער אויף זייער אָרט.
סטוטשקאָווס אָפֿנקייט צו אַמעריקאַניזמען שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין זײַנע לעקסיקאָגראַפֿישע ווערק. ס’רובֿ ייִדיש־פֿאָרשערס קענען סטוטשקאָוו הײַנט, דער עיקר, ווי דער מחבר פֿונעם סינאָנימען־ווערטערבוך, „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך“, וואָס איז אַרויס פֿון ייִוואָ אין 1950 אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאַקס ווײַנרײַך. סטוטשקאָווס „אוצר“ איז ביזן הײַנטיקן טאָג די גרעסטע זאַמלונג פֿון ווערטער און אידיאָמען אויף דער ייִדישער שפּראַך. ס’איז אַ חידוש וואָס אין אַ ייִוואָ־אויסגאַבע געפֿינען זיך אַזעלכע ווערטער ווי „מאָנקי ביזנעס“, „בראָנקס טשיר“, „קראָסטאַונבאָס“ און נאָך אַן ערך 1,500 אַמעריקאַניזמען פֿון דעם סאָרט. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי האָט מאַקס ווײַנרײַך, דער באַקאַנטער פּוריסט אין שפּראַך־ענינים, געקענט לאָזן אַזעלכע ווערטער איבער דער שוועל?
דעם ענטפֿער האָב איך אַנטדעקט צווישן סטוטשקאָווס פּאַפּירן בעת איך האב געפֿאָרשט מײַן דיסערטאַציע: עס איז געגאַנגען אין געלט. דער „אוצר“ איז אַרויס אונטערן אימפּרימאַטור פֿון ייִוואָ, אָבער דאָס דרוקרעכט האָט ווײַטער געהערט סטוטשקאָוון, און ער האָט אַליין באַצאָלט די דרוק־הוצאָות — אַרום $30,000. ווי זאָגט מען, „ווער עס האָט די מאה האָט די דעה“. דערפֿאַר האָט ווײַנרײַך געגעבן סטוטשקאָוון אַ סך פֿרײַהייט צו באַשטימען דעם כאַראַקטער פֿונעם בוך.
דער ענין האָט אַפֿילו געפֿירט צו אַ מחלוקת אין ייִוואָ גופֿא צווישן ווײַנרײַך און זײַן געטרײַען תּלמיד, חיים גינינגער. גינינגער האָט לאַנגע יאָרן געלערנט ייִדיש אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און איז געווען אַ געוואַלדיקער קענער פֿון דער שפּראַך, ווי אויך אַ פּערפֿעקציאָניסט (אָדער בעסער געזאָגט: פּעדאַנט) מיט אַ שאַרף אויג אויפֿצוכאַפּן אַלע מעגלעכע גרײַזן. טאַקע דערפֿאַר ווײַל גינינגער האָט געלייענט די קאָרעקטור פֿונעם „אוצר“, זײַנען כּמעט נישטאָ קיין טיפּאָגרײַזן. ער האָט זײַן רבין, ווײַנרײַך, קיין מאָל נישט מוחל געווען, וואָס ער האָט מקיל געווען און געגעבן סטוטשקאָוון אַזאַ פֿרײַע האַנט. אין ייִוואָ־בלעטער האָט גינינגער טאַקע געדרוקט אַ שאַרפֿע רעצענזיע (אַגבֿ, די איינציקע נעגאַטיווע רעצענזיע) פֿונעם „אוצר“ און דער סיכסוך צווישן אים און ווײַנרײַכן האָט זיך געצויגן ביז ווײַנרײַכס פּטירה אין 1969.
מע קען אָבער צוגעבן אַז בײַ די הײַנטיקע ייִדישיסטן האָט גינינגער טאַקע אויסגעפֿירט. אין פֿאָרווערטס איז מען שוין לאַנג פּטור געוואָרן פֿון די אַלטע אַמעריקאַניזמען ווי „פּיידזש“ און „פּייפּער“. בײַ די חסידים, אַוודאי, לעבן די אַמעריקאַניזמען ווײַטער, סײַ בײַם גערעדטן ייִדיש, סײַ בײַ זייערע צײַטונגען און אַנדערע געשריבענע טעקסטן. ווען סטוטשקאָוו וואָלט איצט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים אין מיטן ברוקלין, וואָלט ער גלײַך געהערט די ייִדן רעדן זײַן לשון.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO