„סאָוועטישע גניזה‟ אַנטפּלעקט טעטיק ייִדיש לעבן סײַ פֿאַר סײַ נאָכן גרויסן טעראָר“Soviet Genizah” reveals active Jewish life both before and after the Great Terror
די צײַטונג „אײניקײט‟ האָט באַקומען התלבֿותדיקע בריוו פֿון אירע לייענער וועגן דער סאָוועטישער אָנערקענונג פֿון ישׂראל אין 1948.
אַ דאַנק אלי װיזעלס בוך איז דער צונאָמען „ייִדן פֿון שװײַגן‟ פֿעסט צוגעקלעפּט געװאָרן צום סאָװעטישן ייִדנטום.
לאַנגע יאָרן האָט מען כּמעט װי ניט געהערט שטימען פֿון סאָװעטישע ייִדן פֿון יענער זײַט פֿונעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג. און װען מען האָט יאָ גערעדט װעגן דער סאָװעטיש־ייִדישער קולטור, האָט מען זי געהאַלטן פֿאַר אַ טײל פֿון דער קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע אָן קײן שום ייִדישן טעם. דעמאָלט האָט מען ניט געהאַט קײן צוטריט צו ייִדישע מאַטעריאַלן אין סאָװעטישע אַרכיװן. ערשט איצט, װען דער נײַער דור פֿאָרשער נעמט זיך פֿאַר דער זאָרגעוודיקער אַרבעט פֿון אָפּזוכן, אַנאַליזירן און פּובליקירן מאַטעריאַלן װעגן סאָװעטיש־ייִדישן עבֿר, באַקומט מען בהדרגה אַ נײַ בילד.
דער דאָזיקער אױפֿגאַבע איז געװידמעט די נײַע אַקאַדעמישע סעריע, „די סאָװעטישע גניזה׃ נײַע אַרכיװאַלע אונטערזוכונגען װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿסס”ר‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר גענאַדי עסטרײַך און אַלכּסנדר פֿרענקעל.
דאָס קעפּל פֿון דער סעריע, וואָס איז אויף רוסיש, דערמאָנט אָן דער באַרימטער קאַיִרער גניזה, אַ זאַמלונג פֿון װערטפֿולע ייִדישע דאָקומענטן, װאָס מען האָט אַנטדעקט אינעם 19טן יאָרהונדערט אין אַן אַלטער שיל אין קאַיִר. די דאָזיקע דאָקומענטן דערצײלן װעגן דעם טאָג־טאָגלעכן ייִדישן לעבן אין מיטל־עלטער. אין לויף פֿון די יאָרן זײַנען די דאָקומענטן אין דער קאַיִרער גניזה אין גאַנצן צעקרישלט געװאָרן, און עס האָט געדױערט לאַנגע יאָרן ביז די פֿאָרשער האָבן געקאָנט זײ רעקאָנסטרויִרן.
די סאָװעטישע דאָקומענטן האָבן זיך אָפּגעהיט אין פֿאַרשײדענע מלוכישע אַרכיװן און פּריװאַטע זאַמלונגען, אָבער כּדי צו פֿאַרשטײן זײער באַטײַט, דאַרף מען זײ פּרטימדיק אַנאַליזירן. דער ערשטער באַנד פֿון דער „סאָװעטישער גניזה‟ איז כּולל זעקס קאַפּיטלעך, װאָס באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע געגנטן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פֿון ביראָבידזשאַן ביז לענינגראַד.
די פֿאָרשונגען פֿון פּראָפֿעסאָר בערל קאָטלערמאַן און אַנדערע היסטאָריקער מאָלן אַ נײַ בילד פֿון דער ייִדישע אױטאָנאָמער געגנט אין ביראָבידזשאַן װי אַן אַקטיװער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן. קאָטלערמאַן האָט אַנטדעקט בײַם אַרכיװ פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים אַ בינטל בריװ אויף העברעיִש פֿונעם אַמאָליקן העברעיִש־לערער יהודה העלפֿמאַן פֿון ביראָבידזשאַן צו דעם פֿאָלקלאָריסט יוסף טשערניאַק אין טאַשקענט. העלפֿמאַן שילדערט דאָס טאָגטעגלעכע לעבן אין ביראָבידזשאַן אין 1958, דערצײלט װעגן זײַן משפּחה, אָבער דער עיקר שרײַבט ער װעגן ליטעראַטור און קולטור. קאָטלערמאַן באַמערקט׃ „אינעם ביראָבידזשאַנער קאָנטעקסט, װאָס איז פֿאַרבונדן קודם־כּל מיט ייִדיש, קען העלפֿמאַנס רײַך ליטעראַריש העברעיִש אױסזען װי אַ פּאַראַדאָקס.‟ אָבער דעמאָלט האָבן אין ביראָבידזשאַן נאָך געלעבט אַ צאָל עלטערע ייִדן, װאָס האָבן גוט געקענט העברעיִש, און דאָס איז געװען דאָס קרײַזל אַרום העלפֿמאַן.
דער סאָװעטישער פּראָיעקט צו באַזעצן ייִדן אין ביראָבידזשאַן האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אױף דער גרױסער אױסשטעלונג, „ייִדן אין צאַרישן רוסלאַנד און פֿסס”ר‟ אינעם מלוכישן עטנאָגראַפֿישן מוזײ אין לענינגראַד אין 1939. די דאָזיקע אױסשטעלונג איז געװען דער אױפֿטו פֿון דער „ייִדישער סעקציע‟, װאָס האָט געאַרבעט אינעם מוזײ צװישן 1937 און 1941. דער יסוד פֿון דער ייִדישער זאַמלונג אינעם מוזײ איז באַשטאַנען פֿון די מאַטעריאַלן פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה, װאָס ער האָט איבערגעלאָזט אין פּעטראָגראַד אין 1918. אלכּסנדר איװאַנאָװ דערצײלט, װי אַזױ דער עטנאָגראַף יהושוע פּולנער האָט אױפֿגעבױט די ייִדישע סעקציע און געמאַכט אַ גרױסע אױסשטעלונג װעגן דעם אױפֿבלי פֿון ייִדישן לעבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ערבֿ דעם חורבן. פּולנער אַלײן איז אױסגעגאַנגען פֿון הונגער בעת דער דײַטשישער בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד אין 1942.
װען מען פֿאָרט פֿון ביראָבידזשאַן קײן מערבֿ דורך דער סיבירער טײַגע פֿאָרט מען פֿאַרבײַ אָמסק. אין 1919, בעתן רוסישן בירגערקריג איז דאָס געװען די הױפּטשטאָט פֿון דער „װײַסער‟ רעגירונג פֿונעם אַדמיראַל אַלעקסאַנדר קאָלטשאַק. די אָרטיקע היסטאָריקערין װיקטאָריאַ געראַסימאָװאַ באַשרײַבט די אַקטיװיטעט פֿון דער אָמסקער ייִדישער קהילה און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אין משך פֿון דער דראַמאַטישער תּקופֿה צװישן 1919 און די 1930ער.
די סיבירער ייִדן זײַנען בכלל געװען אַן אײגנאַרטיקע עדה אינעם רוסישן ייִדנטום. בשעת דער צאַרישער תּקופֿה האָבן ייִדן ניט געהאַט קײן װױנרעכט אין סיביר. אָבער די רעגירונג האָט פֿאַרשיקט קײן סיביר כּלערלײ פֿאַרברעכער, סײַ קרימינעלע און סײַ פּאָליטישע, צװישן זײ — אַ צאָל ייִדן. אַן אַנדער גרופּע זײַנען געװען ייִדישע אונטערנעמער און געשעפֿטסלײַט, װי אױך אָפּגעדינטע זעלנער. ייִדן אין סיביר זײַנען געװען טיפֿער אינטעגרירט אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט אײדער אין די שטעטלעך פֿונעם „תּחום־המושבֿ‟. אָבער זײ זײַנען אויך געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין דער ציוניסטישער באַװעגונג און האָבן אױפֿגעבױט שטאַרקע קהילות. די סאָװעטישע אינדוסטריאַליזאַציע פֿון סיביר האָט געבראַכט אַהין מער יונגע ייִדן, און אין די 1930ער יאָרן האָבן די סיבירער ייִדן שױן אין גאַנצן פֿאַרלױרן זײער אײגנאַרטיקן כאַראַקטער, פֿאַרסך־הכּלט געראַסימאָװאַ.
דרײַ קאַפּיטלעך באַהאַנדלען פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש־קולטור. אלכּסנדר פֿרענקעל רעקאָנסטרויִרט די קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון די סאָװעטישע פּובליקאַציעס פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן „דער בלוטיקער שפּאַס‟. דער ראָמאַן איז אַרױס אין אַ געקירצטער רוסישער איבערזעצונג אין די 1920ער יאָרן, אָבער ניט אַרײַן אין שלום־עליכמס געקליבענע װערק, װאָס זײַנען אַרױס אױף רוסיש אין די 1970ער יאָרן. די דאָקומענטן, װאָס פֿרענקעל האָט אַנטדעקט אינעם אַרכיװ פֿונעם מלוכישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג, װײַזן, אַז די סיבה האָט ניט געהאַט צו טאָן מיט פּאָליטיק, װי עס האָבן געמײנט עטלעכע פֿאָרשער. לכתּחילה האָט מען פּלאַנירט די אױסגאַבע אין אַכט בענד, אָבער סוף־כּל־סוף זײַנען אַרױס בלױז זעקס בענד צוליב ביוראָקראַטישע סיבות.
דער קיִעװער היסטאָריקער יעפֿים מלמד ע‟ה באַשרײַבט, װי מען האָט פֿאַרמאַכט דעם קיִעװער אינסטיטוט פֿון ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור אין 1936. מלמד דערװײַזט, אַז דאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון אַ קער אין סטאַלינס פּאָליטיק לגבי נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. מיט אַ יאָר שפּעטער, בשעת סטאַלינס „גרױסן טעראָר‟ פֿון 1937, האָט מען אַרעסטירט און אומגעבראַכט באַקאַנטע ייִדישע געלערנטע און שרײַבער, צװישן זײ — מאַקס עריק און אַבֿרהם אַבטשוק. סך־הכּל זײַנען אין יענער צײַט אַרעסטירט געװאָרן אַרום צװאַנציק אַמאָליקע מיטאַרבעטער פֿונעם אינסטיטוט.
גענאַדי עסטרײַך פּובליקירט צװײ אינטערעסאַנטע דאָקומענטן פֿונעם אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אײן באַריכט פֿאַרסך־הכּלט די טעטיקײט פֿונעם קאָמיטעט צװישן 1941 און 1945 און באַטאָנט די פּראָפּאַגאַנדע־אַקטיװיטעט צװישן ייִדן אין אױסלאַנד. דער צװײטער באַריכט מאַכט אַ קיצור פֿון די בריװ, װאָס די רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג „אײניקײט‟ האָט באַקומען פֿון אירע לײענער װי אַן אָפּרוף אױף דער דיפּלאָמאַטישער אָנערקענונג פֿון מדינת־ישׂראל מצד דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1948. די סאָװעטישע לײענער פֿון דער צײַטונג זײַנען געװען פֿול מיט התלהבֿות און געלױבט די סאָװעטישע רעגירונג פֿאַרן שטיצן די ייִדישע מדינה. אָבער, װי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿון „אײניקײט‟ אינעם דאָקומענט, האָט דער סאָװעטישער אױסערן־מיניסטעריום פֿאַרװערט צו פֿאַרעפֿנטלעכן די דאָזיקע בריװ אין דער צײַטונג.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO