פֿאָרש־אַרטיקלען וועגן באַשעוויסן ווערן געזוכט פֿאַר קאָנפֿערענץ אין אָסטין, טעקסאַסCall for papers on Bashevis Singer conference to take place in Austin, Texas
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס מע מעלדט וועגן אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ פּנים־אל־פּנים זינט דעם אויסבראָך פֿון דער מגפֿה אין מאַרץ 2020.
פֿונעם 27סטן ביזן 29סטן מאַרץ 2022 וועט פֿאָרקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ וועגן דעם נאָבעל־לאַורעאַט אין ליטעראַטור, יצחק באַשעוויס־זינגער, בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין.
אינעם אוניווערסיטעט, בײַם צענטער א׳׳נ הערי ראַנסאָם געפֿינט זיך טאַקע דער באַשעוויס־אַרכיוו. נאָכן באַרימטן שרײַבערס פּטירה האָט ראַנסאָם געקויפֿט באַשעוויסעס גאַנצן עזבֿון. לכּבֿוד דער קאָנפֿערענץ אָרגאַניזירט דער צענטער אויך אַ ספּעציעלע אויסשטעלונג אויפֿן סמך פֿון יענע אַרכיוו־מאַטעריאַלן.
די קאָנפֿערענץ און די אויסשטעלונג ווערן ביידע אָרגאַניזירט פֿונעם שוסטערמאַן־צענטער בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיטן לונדער אוניווערסיטעט אין שוועדן. איינער פֿון די אָרגאַניזירערס איז ד”ר יאַן שוואַרץ פֿון לונד, און אַ צווייטער איז ד”ר איציק גאָטעסמאַן, דער ייִדיש־לעקטאָר אין אָסטין, וואָס איז לאַנגע יאָרן געווען אַ רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס. אַהרן לאַנסקי, דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, וועט אויך האַלטן אַ רעדע אין די ראַמען פֿון דער קאָנפֿערענץ.
די אָרגאַניזירערס פֿאַרבעטן פֿאָרשערס אַרײַנצושיקן פֿאָרלייגן אויף רעפֿעראַטן, ספּעציעל אַזעלכע וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אָריגינעלע מקורים אויף אַ נאָוואַטאָרישן אופֿן. די באַשעוויס־זאַמלונג אין אָסטין איז אַ רײַכער קוואַל פֿון ערשטיקע מקורים: כּתבֿ־ידן, בריוו, אינטערוויוען. דערצו האָבן פֿאָרשערס הײַנט צוטריט צו כּמעט אַלע באַשעוויסעס אַרטיקלען און דערציילונגען, אַ דאַנק דעם וואָס מע האָט דיגיטאַליזירט אַ צאָל זשורנאַלן וווּ ער האָט זיך געדרוקט: „ליטעראַרישע בלעטער‟, „אונדזער עקספּרעס‟ און דער פֿאָרווערטס, וווּ באַשעוויס איז געווען אַ קאָרעספּאָנדענט כּמעט זעכציק יאָר.
די אָרגאַניזירערס פּלאַנירן אַרויסצוגעבן די רעפֿעראַטן אין בוכפֿאָרעם אָדער אין אַ ספּעציעלן נומער פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל.
פֿאַר אַלע באַטייליקטע וועט מען צושטעלן עסן און אַ צימער אין האָטעל. ייִנגערע פֿאָרשערס, וואָס האָבן נאָך נישט קיין אוניווערסיטעטישן פּאָסטן, קענען אפֿשר אויך באַקומען געלט אויף זייערע פֿאָר־הוצאָות.
אַלע פֿאַראינטערעסירטע אין האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער קאָנפֿערענץ ווערן געבעטן אַרײַנצושיק ביזן 15טן אויגוסט אַ קיצור פֿון זייער פֿאָרש־אַרבעט, בערך 300 ווערטער, אין איינעם מיט אַ רעזומע, אויפֿן אַדרעס: lichtens@austin.utexas.edu.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO