דריטער יערלעכער ישׂראלדיקער דערציילונג־קאָנקורס שוין אין גאַנגThird annual Israeli Yiddish story contest now underway
דער טערמין אַרײַנצושיקן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז דאָנערשטיק, דער 8טער יולי 2021.
די ישׂראלדיקע רעגירונג־אַגענטור פֿאַר ייִדיש, א״נ די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, האָט די וואָך געמאָלדן אַז איר דריטער יערלעכער קאָנקורס פֿון דערציילונגען אויף ייִדיש איז שוין אין גאַנג.
די אינסטאַנץ פֿאַרבעט אַלע בירגער און תּושבֿים פֿון מדינת־ישׂראל, װעלכע האָבן נאָך נישט פּובליקירט זײערע װערק, אָדער האָבן יאָ פּובליקירט ניט מער װי אײן בוך אױף ייִדיש, זיך צו באַטייליקן אין דעם קאָנקורס.
די דערצײלונג דאַרף נאָך נישט האָבן געדרוקט געוואָרן און דאַרף באַשטײן פֿון נישט מער ווי 3,000 װערטער, אָן אַ באַגרענעצונג פֿון סטיל און זשאַנער. די קאָנקורס־געווינער פֿון 2019 און 2020 קענען זיך נישט באַטייליקן.
דער טערמין אַרײַנצושיקן אַ דערצײלונג אױפֿן קאָנקורס איז דאָנערשטיק, דער 8טער יולי 2021 ביז חצות.
צום קאָנקורס װעט זײַן גערופֿן אַ בכּבֿודיקע זשורי, װעלכע װעט אױסקלײַבן די געװינער פֿונעם קאָנקורס. די זשוריסטן וועלן נישט וויסן די מחברים פֿון די דערציילונגען.
מע וועט אויסקלײַבן דרײַ דערצײלונגען, און געבן אַ פּריז פֿון 3,000 שקלים פֿאַר דער דערציילונג אויפֿן ערשטן אָרט; 1,500 שקלים פֿאַר דער דערציילונג אויפֿן צווייטן אָרט, און 1,000 שקלים פֿאַרן דריטן אָרט.
די געװינער װעלן צוגעטײלט װערן אָפֿיציעלע לאַורעאַט־דאָקומענטן בעת דער פֿײַערלעכער אונטערנעמונג, וואָס די דאַטע וועט געמאָלדן ווערן אין גיכן, און די װערק פֿון די לאַורעאַטן װעלן פּובליקירט װערן אינעם פֿאָרװערטס.
כּדי צו זען אַלע תּקנות פֿונעם קאָנקורס, אײַנרעכענענדיק די פּרטים ווי איבערצושיקן די דערצײלונגען, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO