די „דרײַ קלאַסיקער‟ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטורThe three classic writers of American Yiddish literature
ווי שלום אַש, יעקבֿ גלאַטשטיין און יצחק באַשעוויס האָבן זיך געזען אינעם געראַם פֿון דער וועלט־ליטעראַטור.
Saul Noam Zaritt
Jewish American Writing and World Literature: Maybe to Millions, Maybe to Nobody
Oxford Studies in American Literary History, 2020 256 pp.
ייִדיש איז אַ װעלטשפּראַך װאָס מען רעדט אױף פֿינעף קאָנטינענטן, פֿון אײראָפּע ביז אױסטראַליע, אָבער אומעטום געפֿינט זיך ייִדיש אױף די ראַנדן פֿונעם קולטורעלן הױפּטשטראָם.
פּונקט אַזױ איז די ייִדישע ליטערעטור אַ װעלט־ליטעראַטור װאָס פֿאַרבלײַבט אינעם שאָטן פֿון גרעסערע, מער אָנגעשטעלטע ליטעראַטורן. ייִדישע שרײַבער פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים אָן האָבן געזוכט אופֿנים װי אַזױ צו פֿאַרפֿעסטיקן זײער אָרט אין דער געשיכטע. כּדי צו פֿאַרבלײַבן אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע האָט זיך מענדעלע גענומען פֿאַר איבערזעצן זײַנע ייִדישע װערק אױף העברעיִש. ער האָט געהאַט ספֿקות צי ייִדיש װעט האָבן אַ לאַנגן קיום, אָבער האָט געגלייבט, אַז העברעיִש װי די שפּראַך פֿונעם תּנ״ך װעט קײן מאָל ניט גײן לאיבוד, כּל־זמן עס לעבט דאָס ייִדישע פֿאָלק.
דער ערשטער הצלחהדיקער ייִדישער מחבר מיט אַלװעלטלעכע אַמביציעס איז געװען שלום אַש. אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט אַש זיך קונה־שם געװען אין רוסלאַנד צוליב זײַן פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟, װאָס מען האָט מיט דערפֿאָלג אױפֿגעפֿירט אױף דער רוסישער בינע, ווי אויך זײן פּראָזע־װערק „דאָס שטעטל‟, װאָס מען האָט איבערגעזעצט אױף רוסיש.
אַש איז געװען גוט באַקאַנט מיט די סאַמע באַרימטע רוסישע קולטורעלע פֿיגורן ווי דעם שרײַבער מאַקסים גאָרקי און דעם טעאַטער־רעזשיסער קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַװסקי. ער איז אױך געװען אַן אַרײַנגײער אין די גבֿירישע סאַלאָנען פֿון פּעטערבורג. פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז אַשעס נאָמען באַקאַנט געװאָרן אױך אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך.
ווען אַש איז אַװעק קײן אַמעריקע האָט ער אױסגענומען אי בײַ ייִדישע גבֿירים אי בײַ ייִדישע רעדאַקטאָרן. דעמאָלט האָט זיך אָנגעהױבן זײַן מיטאַרבעט מיטן פֿאָרװערטס. אין 1920 איז אױף ענגליש אַרױס זײַן ראָמאַן „אָנקל מאָזעס‟. אָבער אַ סך מער דערפֿאָלג האָט ער געהאַט מיט דער פּובליקאַציע פֿון דער טרילאָגיע װעגן דער רוסישער רעװאָלוציע, „פֿאַרן מבול‟, אָנהײב 1930ער יאָרן. צו יענער צײַט האָט אַש געוווינט אין פֿראַנקרײַך, אָבער דאָס בוך איז אַרױס אױף ייִדיש אין פּױלן און אַמעריקע. אין אַמעריקע איז דאָס מסתּמא געװען דער ערשטער ייִדישער ראָמאַן אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, װאָס האָט זוכה געװען אַ רעצענזיע אױף דער ערשטער זײַט פֿונעם „ניו־יאָרק־טײַמס בוק רעװיו‟. דער דאָזיקער דערפֿאָלג האָט פֿאַרפֿעסטיקט אַשעס רעפּוטאַציע ווי דער באַרימטסטער ייִדישער שרײַבער פֿון זײַן צײַט.
„פֿאַרן מבול‟ דינט װי דער ערשטער בײַשפּיל אין פּראָפֿעסאָר שאול זאַריטס װאָגיקער שטודיע, „אַמעריקאַנער ייִדישע שריפֿטן און די װעלט־ליטעראַטור: אפֿשר פֿאַר מיליאָנען, אפֿשר פֿאַר קײנעם נישט‟. זאַריט טענהט אַז אַשעס כּװנה איז געװען צו שאַפֿן אַ מין ייִדישע בראַנזשע אין דער „אײנשפּראַכיקער‟ אַלװעלטלעכער ליטעראַטור, װאָס זאָל זײַן נאָענט און צוטריטלעך פֿאַר אַלע לײענער, אומאָפּהענגיק פֿון זײער מאַמע־לשון. אין זײַנע ראָמאַנען פֿון די 1930ער יאָרן, אַזעלכע װי „פֿאַרן מבול‟, „דער תּהילים־ייִד‟ און „דער מאַן פֿון נצרת‟, האָט זיך אַש געסטאַרעט צו שילדערן פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער דערפֿאַרונג און טראַדיציע װי אַ טײל פֿון דער אַלגעמײנער ייִדיש־קריסטלעכער ציװיליזאַציע. אַזאַ מין הומאַניסטישע קאָנצעפּציע פֿון ייִדישקײט האָט זיך גאַנץ גוט אַרײַנגעפּאַסט אינעם ליבעראַלן פּראָגרעסיװן צײַטגײַסט פֿון רוזװעלטס תּקופֿה אין אַמעריקע.
אין „פֿאַרן מבול‟ האָט אַש געשילדערט די מפּלה פֿון דער רוסישער אימפּעריע בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. װי אַ קעגנזאַץ צו די קאַלטע אַפּיקורסישע פּעטערבורגער גבֿירים האָט ער געשילדערט די הײמישע ייִדישלעכע װאַרשע. אַשעס קריטיק פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע האָט זיך אױך גוט אַרײַנגעפּאַסט אינעם אַמעריקאַנער אַנטיקאָמוניסטישן הױפּטשטראָם. אין דעם „תּהילים־ייִד‟ האָט אַש געמאָלט אַ געשטאַלט פֿון אַ צדיק, װאָס איז געװען גאַנץ ענלעך אױף קריסטלעכע הײליקע. זאַריט פֿאַרסך־הכּלט: „אַשעס אױפֿגאַבע, װי ער האָט זי געזען, איז געװען צו אַנטפּלעקן דעם ייִדישן סוד אינעם אַלװעלטלעכן תּוך‟.
װײַט ניט אַלע ייִדישע קריטיקער זײַנען געװען צופֿרידן מיט אַשעס ליטעראַרישער סטראַטעגיע. אַ סקאַנדאַל האָט אױסגעבראָכן נאָך דער פּובליקאַציע פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון „דער מאַן פֿון נצרת‟, װאָס מען האָט אױף דער ייִדישער גאַס אױפֿגענומען װי אַ מין קריסטלעכע פּראָפּאַגאַנדע. זאַריט באַהאַנדלט ניט דעם דאָזיקן ראָמאַן, װאָס איז אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַ שפּאַלטונג צװישן ייִדישקײט און אַלװעלטלעכקײט. װי אַ קעגנזאַץ צו אַשעס ליטעראַרישער סטראַטעגיע באַטראַכט זאַריט דעם דיכטער יעקבֿ גלאַטשטײן, װעלכער איז געװען אױסן אָפּצוהיטן די אײגנאַרטיקײט פֿון ייִדיש.
„גלאַטשטײן געהערט צו דער אַמעריקאַנער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט‟, שרײַבט זאַריט, אָבער דערבײַ װיל ער פֿאַרבלײַבן אין אַ מין ליטעראַרישן „געטאָ‟, װאָס ער שאַפֿט פֿאַר זיך אַלײן. אין דעם דאָזיקן קאָנטראַסט צװישן אַש און גלאַטשטײן שטעקט אַ פּאַראַדאָקס: קולטורעל איז גלאַטשטײן געװען טיפֿער אײַנגעװאָרצלט אין אַמעריקע אײדער אַש, אָבער דערבײַ האָט דװקא גלאַטשטײן אױסגעקליבן פֿאַר זיך אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין דער אַמעריקאַנער קולטור. ייִדיש איז געװען בײַ גלאַטשטײן אַ טיף פּערזענלעכע שפּראַך, דער מהות פֿון זײַן אידענטיטעט װי אַ ייִד און װי אַן אַמעריקאַנער, װאָס שטײט אױף די ראַנדן פֿונעם חױפּטשטראָם.
דער דריטער העלד פֿון זאַריטס בוך איז יצחק באַשעװיס. זאַריט האַלט, אַז דער שורש פֿון באַשעװיסעס דערפֿאָלג און פּאָפּולערקײט אין אַמעריקע איז זײַן סטיל, װאָס זאַריט רופֿט „שדים־רעאַליזם‟. באַשעװיס שאַפֿט אַ װעלט, װאָס איז באַװױנט מיט געשפּענסטער פֿון דער אַמאָליקער פּױליש־ייִדישער װעלט. אַזױ אַרום שאַפֿט ער פֿאַר זיך אַן אוניקאַלע פּאָזיציע אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. ער שטעלט זיך פֿאָר װי דער אײנציקער פֿאַרבליבענער שומר פֿון דער פֿאַרגאַנגענער עקזאָטישער װעלט, און דװקא דאָס מאַכט אים אַזױ פּאָפּולער בײַ דער ברײטער לייענערשאַפֿט.
אַש, גלאַטשטײן און באַשעװיס זײַנען די נײַע „דרײַ קלאַסיקער‟ פֿון זאַריטס קאַנאָן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. חוץ זײ, באַטראַכט ער אױך סאָל בעלאָו, די ייִדישע דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין און די אַמעריקאַנער שרײַבערין גרײס פּעלי. אַלע זעקס מחברים האָבן געשאַפֿן פֿאַר זיך אַן אײגענע סטראַטעגיע פֿאַר אַרײַנקריצן זײער ייִדישקײט אין דער גלאָבאַלער װעלט־ליטעראַרישער „אינסטיטוציע‟. דער באַגריף פֿון „װעלט־ליטעראַטור‟ איז העכער װי צװײ הונדערט יאָר אַלט, אָבער ער איז װידער געװאָרן פּאָפּולער צװישן די הײַנטיקע אַמערינאַקער ליטעראַטור־פֿאָרשער. די אױפֿגאַבע פֿון די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז צו געפֿינען פֿאַר איר אַ פּאַסיקן אָרט אין אָט דער דאָזיקער אינסטיטוציע, בײַגלײַך מיט די ליטעראַטורן פֿון אַנדערע פֿעלקער, בפֿרט אַזעלכע, װאָס זײַנען עד־היום געשטאַנען אינעם שאָטן פֿון דער הערשנדיקער מערבֿדיקער קולטור.
זאַריטס בוך באַטראַכט די ייִדישע ליטעראַרישע ירושה אונטער אַ נײַעם מעטאָדאָלאָגישן קוקװינקל און איז אַ װיכטיקער בײַטראָג אינעם דאָזיקן פֿאָרשערישן אױפֿטו. עד־היום אָבער בלײַבט דער דאָזיקער אױפֿטו צוגעבונדן צו דעם מעטאָדאָלאָגישן גערעם פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. אָבער די „אַלװעלטלעכקײט‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור װאַקסט טאַקע ניט פֿון אַמעריקע נאָר פֿון מזרח־אײראָפּע. כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן די „אַלװעלטלעכקײט‟ פֿון אַש, באַשעװיס, און אַפֿילו גלאַטשטײן, דאַרף מען זיך קודם־כּל טיף אַרײַנקוקן אין זײערע פּױלישע און רוסישע װאָרצלען און זײער קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע באַציִונגען מיט דער אַלטער הײם.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO