שרײַבער באָריס סאַנדלער וועט רעדן אָנלײַן אויף ייִדישWriter Boris Sandler to hold online lecture in Yiddish
דער געוועזענער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר וועט דערציילן וועגן זײַן לעבן, זײַן קאַריערע און די סבֿיבֿות און תּקופֿות אין וועלכע ער האָט געאַרבעט.
דער שרײַבער, פּאָעט און רעדאַקטאָר, באָריס סאַנלדער, וועט פֿרײַטיק, דעם 18טן יוני, רעדן אָנלײַן אויף ייִדיש וועגן זײַנע ליטעראַרישע ווערק און די פֿאַרשידנאַרטיקע סבֿיבֿות (דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ישׂראל, אַמעריקע) און תּקופֿות, אין וועלכע ער איז געווען טעטיק און וועלכע האָבן משפּיע געווען אויף זײַן שרײַבן.
די לעקציע, „וועגן זיך און מײַנע שיך“, וואָס מע וועט קענען זען בחינם דורך „זום“, הייבט זיך אָן 3:00 נאָך מיטאָג ווינער צײַט (9:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט). זי ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן אָפּטייל פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור און קולטור פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט.
באָריס סאַנדלער, וואָס איז געווען דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס במשך פֿון 18 יאָר, איז אויפֿגעוואַקסן אין מאָלדאָווע, וווּ ער האָט געשפּילט פֿידל אינעם אָרטיקן מלוכישן אָרקעסטער. אין 1981 האָט ער שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור אין מאָסקווע בײַם ליטעראַרישן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַקסים גאָרקי. ער איז געווען איינער פֿון די ערשטע ייִדישע שרײַבער זיך צו לערנען אין אַן אַוואַנסירטן ייִדיש־קורס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זינט סטאַלינס ממשלה און איז אין גיכן געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער רעדקאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל, „סאָוועטיש־היימלאַנד“. אין 1986 האָט ער אַרויסגעלאָזט זײַן ערשטן ראָמאַן, „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס“.
זינט 1986 האָט סאַנדלער פּובליקירט צענדליקער ביכער — אַרײַנגערעכנט ראָמאַנען, זאַמלונגען קורצע דערציילונגען און לידער און עטלעכע פּיעסעס. צווישן די פּרעמיעס וואָס ער האָט שוין באַקומען: דעם דוד האָפֿשטיין־פּריז (פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל, 2005) און דעם י. י. סיגאַל־פּרעמיע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק (מאָנטרעאָל) אין 2010, 2014 און 2020. זײַנע לעצטע זאַמלונגען דערציילונגען, „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש“ און „דעטעקטיוו ר׳ מאיר אָקון און אַנדערע פּאַרשוינען“ זענען אַרויס אין 2019 און 2020. הײַנט איז ער דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, ”ייִדיש־בראַנזשע“.
נאָך פּרטים וועגן סאַנדלערס קאַריערע קען מען זיך דערוויסן פֿון אָט דעם אַרטיקל.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף זײַן לעקציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO