Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס הייסט, נישטאָ קיין ייִדישע עפּישע פּאָעזיע?Who says that there isn’t any Jewish epic poetry?

דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון דער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟ האָט, אַ פּנים, נישט געוווּסט וועגן דעם „שמואל־בוך‟ און דאָס „מלכים־בוך‟.

ניט לאַנג צוריק האָט עמעצער בײַ מיר געבעטן איבערצוזעצן אַ ריי בריוו, אַדרעסירט צו ד״ר איסידאָר זינגער (1859־1938), דעם גרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער צוועלעף־בענדיקער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟ אויף ענגליש, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1901־1906.

איסידאָר זינגערס טאַטע, יוסף זינגער, שרײַבט צו אים מיט ייִדישע אותיות פֿאַקטיש אויף אַ דײַטשישן דיאַלעקט, אַ ביסל אויסגעמישט מיט לשון־קודש און רעשטלעך פֿון מערבֿ־ייִדיש. אין מאָראַוויע, וווּ די משפּחה האָט געוווינט, האָבן ס׳רובֿ ייִדן סוף־19טן יאָרהונדערט שוין לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן דאָס מאַמע־לשון פֿון זייערע באָבע־זיידעס.

שפּעטער, זוכנדיק אויף דער אינטערנעץ געוויסע פֿאָרש־מאַטעריאַלן, האָב איך זיך פּלוצעם ווידער אָנגעשטויסן אויפֿן נאָמען פֿון איסידאָר זינגער. אין 1901 איז אַרויס זײַן ענציקלאָפּדיע־אַרטיקל וועגן דער ייִדישער עפּישער פּאָעזיע, וווּ ער טענהט, אַז ווי באַלד ייִדן זענען שטרענגע מאָנאָטעיִסטן אָן קיין קולט פֿון העלדן, האָט בײַ זיי נישט געקאָנט אויפֿקומען קיין עכטער עפּאָס. וואָס שייך די מאָדערנע ייִדישע ווערק מיט אַן עפּישן טעם, דערמאָנט זינגער בלויז עטלעכע משׂכּילישע און וועלטלעכע מחברים.

די אַלטע „ייִדישע ענציקלאָפּעדיע‟ איז היפּש פֿאַרעלטערט און לײַדט פֿון אַ סך חסרונות. פֿון דעסט וועגן, באַטראַכטן זי נאָך אַ סך מענטשן ווי אַ פֿאַרלאָזלעכן מקור. אַפֿילו אין דער לעצטער ווערסיע פֿון דער הײַנטיקער Encyclopedia Judaica איז נישטאָ קיין באַזונדערן אַרטיקל וועגן דעם ייִדישן עפּאָס, הגם באַזונדערע אַרטיקלען וועגן קאָנקרעטע ווערק זענען יאָ בנימצא – אויב מע ווייסט, וואָס און וווּ צו זוכן. ווי אַ רעזולטאַט, צירקולירט ביזן הײַנטיקן טאָג דער פֿאַלשער סטערעאָטיפּ – טיילווײַז, אויפֿן סמך פֿון זינגערס אַרטיקל – אַז בײַ ייִדן זענען קיין עפּישע פּאָעמעס נישטאָ. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך נאָכאַמאָל אָנגעשטויסן אויפֿן דאָזיקן סטערעאָטיפּ אין אַ שמועס מיט איינעם אַ ייִדישיסט, וואָס האַלט שטאַרק פֿון דער ייִדישער ליטעראַרטור, נאָר גלייבט, אַז ביזן 18טן יאָרהונדערט איז ייִדיש געווען „אַ מין זשאַרגאָן‟.

זינגערן קאָן מען מוחל זײַן, ווײַל אין דער צײַט, ווען ער האָט רעדאַקטירט זײַן „ייִדישע ענציקלאָפּעדיע‟, זענען אַלט־ייִדישע שטודיעס נאָך נישט געווען אַנטוויקלט. ער איז געווען גאָר אַ ראַדיקאַלער ליבעראַל, וועלכער האָט אַליין געליטן פֿאַר זײַנע דעות; נאָך איז 1897 האָט ער געמאָלדן, אַז ייִדן זאָלן נאָכמאַכן די קריסטן און אַז מיצוות זענען אַ „שווערע משׂא‟, וואָס ס׳רובֿ ייִדן ווילן פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן. צוליב זײַנע פּראָ־פּראָטעסטאַנטישע געדאַנקען האָט ער זיך צעקריגט מיט אַ סך קאָלעגן; אין 1911 האָט דער ייִדישער ענציקלאָפּעדיסט סײַרוס אַדלער איבערגעגעבן, אַז „קיינער וויל מער נישט האָבן צו טאָן מיט זינגערן‟.

דאַנקען גאָט, האָבן מיר הײַנט די פֿאָרשונגען פֿון דזשעראָלד פֿרייקס, עריקאַ טים, זשאַן בוימגאַרטען און אַנדערע, וואָס שילדערן די לאַנגע ייִדישע טראַדיציע פֿון עפּישער פּאָעזיע, וואָס איז שוין געווען אַנטוויקלט אינעם 14טן יאָרהונדערט. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס זי איז געגאַנגען האַנט אין האַנט מיטן קריסטלעך־קאַטוילישן עפּאָס; להיפּוך צו איסידאָר זינגערס אַסימילאַטאָרישן צוגאַנג, איז זי אָבער געבליבן אייגנאַרטיק און זייער ייִדישלעך. אינעם 16טן־17טן יאָרהונדערט זענען בײַ ייִדן געווען גאָר פּאָפּולער דאָס „שמואל־בוך‟ און דאָס „מלכים־בוך‟ – אַנאָנימע פּאָעטישע איבערדערציילונגען פֿון תּנ״כישע מלכים־מעשׂיות, אָנגעשריבן אינעם סטיל פֿון דײַטשישע ריטערישע ראָמאַנען. אַ גאַנצע ריי שפּעטערדיקע עפּישע ווערק פֿאָלגן דעם זעלבן מוסטער.

epic poetry 2

אַ פֿראַגמענט פֿונעם „שמואל־בוך‟ Image by http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de

פֿאַרשיידענע סיפּורי־צדיקים אינעם „מעשׂה־בוך‟ און אַנדערע אַלט־ייִדישע ווערק האָבן אויך אַ קלאָרן עפּישן טעם. דער „קולט פֿון העלדן‟ איז באמת זיכער פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן, אָבער האָט גיכער צו טאָן מיט מופֿתים און מסירת־נפֿש, איידער מיט פֿיזישע העלדישע טאַטן פֿון אַ ריטער. בײַ אַ סך פֿעלקער אַרום דער וועלט איז דער גרעסטער עפּישער העלד אַ שאַמאַן – אַ בעל־מופֿת, וועלכער איז צוליב זײַן גײַסטיקער אַנטשלאָסנקייט מנצח די בייזע כּוחות, היילט אויס אַ קראַנקן, ברענגט אַ רשע צו תּשובֿה. אַדרבה, מע קאָן זאָגן, אַז דער אַשכּנזיש־ייִדישער עפּאָס האָט צומאָל זייער אַן אַרכאַיִשן, „שאַמאַנישן” טעם.

דער אַרגומענט, אַז אַ פֿאָלק מיט אַ שטרענגן מאָנאָטעיִזם קאָן נישט האָבן קיין עפּאָס איז זיכער אַ נאַרישער. אַ משל דערפֿון איז די רײַכע איראַניש־מוסולמענישע עפּישע טראַדיציע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.