Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי האָבן ייִדן אַמאָל געגעסן הײַפֿיש?Did ancient Jews eat sharks?

די אַנטדעקונגען קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים – סײַ טראַדיציאָנעלע, סײַ אַנטי־טראַדיציאָנעלע.

נישט לאַנג צוריק האָט זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט די נײַעס, אַז אין דער תּנ״כישער תּקופֿה האָבן ייִדן לאַוו־דווקא געהיט כּשרות. לויט די אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן אין באַקאַנטע אוראַלטע ייִדישע מקומות אין ארץ־ישׂראל, פֿלעגן דאָרטן אַ טייל תּושבֿים עסן וועלשן (catfish), הײַפֿיש און סקאַטן (rays).

די אַנטדעקונגען האָבן צוגעפֿירט געוויסע קאָמענטאַטאָרן צו ווײַט־דערגרייכנדיקע אויספֿירן. דער באַקאַנטער בריטישער טאַבלאָיִד Daily Mail, די פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע וועבזײַט Newscientist.com און אַ ריי אַנדערע נײַעסקוואַלן האָבן פֿאַרענפֿנטלעכט אַרטיקלען, לויט וועלכע ייִדן האָבן „כּסדר‟ געגעסן טרייפֿענע מינים פֿיש. אין Times of Israel זענען דערשינען צוויי היפּוכדיקע אַרטיקלען: איין מחברטע, אַמאַנדאַ באָרשעל־דן, האָט געטענהט, אַז פֿאַרן גלות־בבֿל האָבן ייִדן, כּלומרשט, נישט געוווּסט, אַז געוויסע מינים פֿיש זענען נישט כּשר. אירער אַן אָפּאָנענט, יהושע בערמאַן, טענהט פּונקט פֿאַרקערט, אַז די געפֿינסן זענען אַ קלאָרע ראיה לטובֿת די אוראַלטע וואָרצלען פֿון הלכות־כּשרות.

בערמאַן, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקישער פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, פֿאַרטיידיקט דעם טראַדיציאָנעלן קוק אויף דער ייִדישער געשיכטע. ער באַמערקט, אַז די פֿיש־ביינער האָט מען געפֿונען אין די ערטער, וווּ ייִדן און נישט־ייִדן האָבן געלעבט צוזאַמען; ירושלים איז אויך נישט געווען קיין ריין־ייִדישע שטאָט. דערצו, דערמאָנט אונדז דער מחבר פֿון די קריטישע באַמערקונגען, איז דער תּנ״ך פֿול מיט שאַרפֿע טאַדל־ווערטער פֿון די נבֿיאים, וועלכע האָבן כּסדר פֿאַרדאַמט די אוראַלטע ייִדן פֿאַרן נישט פֿאָלגן די הייליקע תּורת־משה. למשל, דער נבֿיא ישעיה פֿאַרדאַמט די, וואָס האָבן אין זײַן תּקופֿה געגעסן דאָס חזיר־פֿלייש, פֿלעדערמײַז און אַנדערע טרייפֿענע חיות.

מע קאָן צוגעבן נאָך אַ פּאָר אַרגומענטן צו בערמאַנס קריטיק. דער תּנ׳׳ך אַליין גיט אונדז איבער, אַז אינעם גלות־בֿבל איז די תּורה כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר האָט עזרא געמוזט זי רעקאָנסטרויִרן אויפֿן סמך פֿון בלויז דרײַ אָפּגעהיטע גרײַזיקע עקזעמפּלאַרן.

אַדרבה, עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז צווישן די אוראַלטע ייִדן זענען געווען גאָר אַ סך „אָפּגעפֿאָרענע‟, ווי מיר וואָלטן הײַנט אָנגערופֿן זייער אויפֿפֿירונג. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז צוליב דעם שטעלט מען בכלל נישט קיין גרויסן טראָפּ אויף די נבֿיאים אין די הײַנטיקע חרדישע קרײַזן. אין אַ טייל פֿון זיי האַלט מען אַפֿילו, אַז פּרטימדיקע תּנ״ך־שטודיעס זענען בכלל אַ משׂכּילישע און אַפּיקורסישע השפּעה. אַלע דרײַ גרעסטע עבֿירות – עבֿודה־זרה, גילוי־עריות און מערדערײַ – דינען ווי הויפּט־סוזשעטן אין תּנ״כישע דערציילונגען. ס׳רובֿ ייִדישע שבֿטים זענען דאָך צוליב זייערע עבֿירות פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און וועלן זיך אומקערן, לויט די מדרשים, נאָר אין משיחס צײַטן.

צוליב דער זעלבער סיבה קריטיקירן אַ סך חרדים די כּמו־תּנ״כישע קוואַלן פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. אינעם קולטורעלן און סאָציאַלן זין האָט זיך די אוראַלטע ייִדישע געזעלשאַפֿט גאָר שטאַרק אונטערגעשיידט פֿון אונדז. דאָס פּראַקטישע טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון רעאַלע ייִדישע עדות איז אַפֿילו נישט דירעקט באַגרינדעט אויף די מינהגים פֿון דער תּלמודישער עפּאָכע, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿאַקטיש פֿרעמדע און אומבאַקאַנטע אוראַלטע תּקופֿות.

שטעלט זיך פֿאָר אַ פֿאַנטאַסטישע דיסטאָפּיע, אין וועלכער אַלע שפּורן פֿון דער הײַנטיקער צײַט זענען צעשטערט געוואָרן נאָך עפּעס אַ קאַטאַסטראָפֿיש געשעעניש. די אַרכעאָלאָגן אין 2,000 יאָר אַרום גראָבן די ערד, וווּ עס האָבן זיך הײַנט געפֿונען גרויסע וועלטלעכע און רעפֿאָרמער ייִדישע קהילות. גיי ווייס, וואָס פֿאַר אַ אויסטערלישע אויספֿירן זיי וואָלטן געמאַכט, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז אינעם 21סטן יאָרהונדערט זענען געווען בנימצא פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע קהילות מיט היפּוכדיקע דעות און מינהגים. פּונקט אַזוי איז שווער צו רעקאָנסרויִרן דאָס ייִדישע לעבן מיט 2,500 יאָרן צוריק.

אַזוי צי אַנדערש, איז די נײַע פֿאָרשונג זייער אַן אינטערעסאַנטע און באַלערנדיקע. אפֿשר, האָט זיך בײַ אַ טייל ייִדן געדאַכט – צוליב אַ געוויסן פֿאָלקס־מינהג צי סתּם עם־האָרצות, אַז הײַפֿיש און וועלשן האָבן אויך ליסקעס? אין דער אמתן, איז עס טאַקע אַזוי: דער הײַפֿיש איז געפּאַנצערט מיט זייער האַרטע כּמו־ליסקעס און די וועלשן – מיט ווייכע און מיקראָסראָפּישע. סוף־כּל־סוף, זענען זיי זיכער פֿיש, אין פֿאַרגלײַך מיט די קראַבן און אַנדערע ים־באַשעפֿענישן. נאָך אַ השערה: געוויסע ייִדן האָבן געקאָנט פֿון צײַט צו צײַט, נעבעך, פּשוט טאָן אַ בפֿירושע עבֿירה, כּדי צו פֿאַרזוכן די זעלטענע פֿיש־דעליקאַטעסן, וואָס מע פֿלעגט, ווײַזט אויס, אימפּאָרטירן פֿון מצרים.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.