מענלעכקײט אין דער אַלטייִדישער ליטעראַטורMasculinity in Old Yiddish Literature
װען אַשכּנזישע דיכטער האָבן איבערגעטײַטשט אײראָפּעיִשע ריטער־ראָמאַנען, האָבן זײ איבערגעשטאַלטיקט די העלדן לױטן געשמאַק פֿון זײערע לײענער.
Yiddish Knights
Marion Aptroot (ed.):
Amsterdam Yiddish Symposium 14, Amsterdam 2020, 64 pp.
דער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער מאַקס עריק האָט געשריבן אין זײַן שטודיע „װעגן אַלטייִדישן ראָמאַן און נאָװעלע‟ (1926):„דער אַלטייִדישער ראָמאַן לערנט אונדז, אַז ס׳איז קײן מאָל ניט געלונגען צו שאַפֿן אַ גײַסטיקן מױער, אַ כינעזישע װאַנט צװישן אונדז און דער קולטור פֿון די אַרומיקע פֿעלקער, אַז מיט אַ גרױסער לײַכטקײט — לײַכטער, װי מיר האָבן ביז איצט געמײנט — האָבן מיר איבערגענומען פֿרעמדע ליטעראַרישע װערק און ליטעראַרישע אינסטיטוציעס.‟
עריק איז געקומען צו דעם דאָזיקן אױספֿיר אױפֿן סמך פֿון זײַנע פֿאָרשונגען פֿון דער מיטל־אַלטערישער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס באַשטײט לרובֿ פֿון איבערטײַטשונגען פֿון אײראָפּעיִשע ראָמאַנען אין פֿערזן. זינט דעם איז זײַן דעה באַשטעטיקט געװאָרן דורך אַנדערע היסטאָריקער. די סאַמע פֿרישסטע פֿאָרשונגען זײַנען אָקערשט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם זאַמלביכל, „ייִדישע ריטער‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּטראָט אין אַמסטערדאַם. דאָס דאָזיקע ביכל נעמט אַרײַן דרײַ רעפֿעראַטן, װאָס מען האָט געהאַלטן אױף דעם 14טן יערלעכן „אַמסטערדאַמער ייִדישן סימפּאָזיום‟ אין 2020.
אַלע רעפֿעראַטן באַהאַנדלען די ליטעראַרישע געשטאַלטן פֿון ריטער, די סאַמע פּאָפּולערע העלדן פֿון די אײראָפּעיִשע עפּישע פֿערזן־ראָמאַנען פֿון מיטל־אַלטער. װאָס פֿאַר אַ מין גילגולים האָבן די דאָזיקע פֿיגורן דורכגעמאַכט װען מען האָט איבערגעטײַטשט די דאָזיקע ראָמאַנען אױף ייִדיש? און װאָס לאָזן די דאָזיקע גילגולים אונדז פֿאַרשטײן איצט װעגן די באַגריפֿן פֿון מענלעכקײט און װײַבלעכקײט בײַ ייִדן און קריסטן אין מיטל־אַלטערישער אײראָפּע? אַן אַנדער פֿראַגע איז װי אַזױ האָבן די אַלט־ייִדישע מחברים געשילדערט תּנ״כישע העלדן אין זײערע דיכטערישע איבערטײַטשונגען פֿונעם תּנ״ך פֿאַרן ברײטערן לײענערישן עולם? דער ייִדישער שרײַבער ש. אַנ־סקי האָט אַ מאָל געטענהט, אַז דער ייִדישער קולטור איז פֿרעמד װאָסער ניט איז קולט פֿון פֿיזישער גבֿורה, װײַל דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט שױן לאַנג געהאַט איבערגעװאַקסן די יוגנט־שטופֿע אין זײַן קולטורעל־היסטאָרישער אַנטװיקלונג און שאַצט רוחניות העכער פֿון גשמיות.
אָבער װי עס דערװײַזט פּראָפֿעסאָר אורן כּהן רומן פֿון דער חיפֿהער אוניװערסיטעט, איז אַנ־סקיס דעה ניט אין גאַנצן ריכטיק. כּהן רומן באַטראַכט עטלעכע אַלט־ייִדישע איבערטײַטשונגען פֿון נבֿיאים און כּתובֿים, װאָס באַזינגען די העלדישע מעשׂים פֿון יהושע בן־נון און דוד המלך אינעם סטיל פֿון אַמאָליקע אײראָפּעיִשע ראָמאַנען. אָט אַזױ, למשל, שילדערט די ייִדישע איבערטײַטשונג פֿון „ספֿר יהושע‟ (קראָקע, 1594) דעם נצחון פֿון עם־ישׂראל מיט יהושע בראָש איבער די כּנענים: „אונ׳ נאך דען שטרײט ציטירט וער זיא די גנצי װעלט‟ (און נאָך דער שלאַכט ציטערט פֿאַר זײ די גאַנצע װעלט). דוד המלך סטראַשעט דעם ריז גליית אין „שמואל־בוך‟: „היט דיך בֿור מײנס שװערט ווו דיך ביגרײפֿט די שנײד‟ (היט זיך פֿאַר מײַן שװערד װוּ עס װעט דיך טרעפֿן איר קלינג‟. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט כּהן רומן, האָט די אַלט־ייִדישע ליטעראַטור אָפּגעהיט דעם סיפּור־המעשׂה פֿון תּנ״כישע געשיכטעס אָבער איבערגעשטאַלטיקט זײ לױט דעם געשמאַק פֿונעם אײראָפּעיִשן ריטער־ראָמאַן.
פּראָפֿעסאָר אַסטריד לעמבקע (װינער אוניװערסיטעט) פֿאַרגלײַכט דעם דײַטשישן נוסח און דעם ייִדישן פֿונעם ראָמאַן װעגן דעם ריטער װיגאַלואַ, וועלכע הייסט װידוּװילט אינעם ייִדישן נוסח. װײַזט זיך אַרױס, אַז אָט דער װידוּװילט פֿירט זיך אױף אַנדערש לגבי פֿרױען אײדער זײַן דײַטשישער פּראָטאָטיפּ. זײַנע באַציִונגען מיט פֿרױיִשע געשטאַלטן זײַנען מער קאָמפּליצירט װײַל ער נײטיקט זיך אין זײער הילף און שטיצע. פּראָפֿעסאָר לעמבקע לײגט פֿאָר צװײ מעגלעכע דערקלערונגען פֿאַר אַזאַ ענדערונג. פֿון אײן זײַט, האַלט זי, זײַנען דװקא פֿרױען געװען דער גרעסטער טײל פֿונעם ייִדישן לײענערישן עולם, און דערפֿאַר האָט דער ייִדישער איבערטײַטשער פֿונעם דײַטשישן ראָמאַן געװאָלט צופּאַסן זײַן טעקסט צו זײער געשמאַק.
פֿון דער אַנדערער זײַט, פּאַסט זיך די געשטאַלט פֿון װידוּװילט בעסער צו צו דעם ייִדישן מענערישן טיפּ, װאָס איז געװען װײניקער אַגרעסיװ און טיפֿער אײַנגעװאָרצלט אין זײַן ציבור. װידוּװילט איז אַװדאי ניט קײן ייִד, אָבער ער פֿאַרקערפּערט אַ מין „ייִדישן‟ טיפּ פֿון אַ מינאָריטעט־העלד, װאָס פֿאַרבלײַבט אַ מיטגליד פֿון זײַן סבֿיבֿה. מאַקס עריק האָט בשעתּו דערקלערט די דאָזיקע חילוקים אַנדערש: דער ייִדישער איבערטײַטשער „האָט ניט געהאַט קײן חוש פֿאַרן ריטערטום, פֿאַר זײַנע מנהגים, פֿאַר זײַנע סובלימיטעטן‟. לױט עריקס אָפּשאַצונג, געהערט דער דאָזיקער ראָמאַן „צו די אָנשטענדיקסטע פֿאָלקסביכער פֿון דער אַלטייִדישער ליטעראַטור‟.
דער ענין פֿון ייִחוס איז געװען זײער חשובֿ אין דער מיטל־אַלטערלישע תּקופֿה. די העלדן פֿון קריסטלעכע ראָמאַנען שטאַמען פֿון אײדעלע ריטערלעכע משפּחות און דאַרפֿן כּסדר באַשטעטיקן זײער ייִחוס דורך זײערע העלדישע מעשׂים. אַנדערש איז בבֿא, דער העלד פֿון „בבֿא־בוך‟, אפֿשר דעם סאַמע פּאָפּולערסטן ייִדישן ראָמאַן, װאָס איז אױך אַן איבערטײַשטונג פֿונעם אײראָפּעיִשן מקור. פּראָפֿעסאָר מרים עדליך־מוט (דיסלדאָרפֿער אוניװערסיטעט) טענהט, אַז בבֿא האַלט אין אײן אױסטראַכטן אַלץ נײַע סאָציאַלע אידענטיטעטן, ער האָט ניט קײן קריסטלעכן שטאָלץ און בײַט כּסדר זײַנע ראָלעס. עס בלײַבט אָבער ניט קלאָר פֿון איר אַנאַליז, צי אַזאַ מין בײגעװדיקײט שפּיגלט טאַקע אָפּ דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון ייִדן אין דער אײראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט.
די רעפֿעראַטן אין „ייִדישע ריטער‟ דערװײַזן, אַז די אַלטייִדישע ליטעראַטור פֿאַרבאַהאַלט אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַרן בעסער פֿאַרשטײן די מענטאַליטעט פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום אין דער מיטל־אַלטערישער תּקופֿה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO