ווידעאָ: אַ רירנדיקע אַראַנזשירונג פֿון איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“WATCH: A moving arrangement of Itzik Manger’s “By the Wayside Stands a Tree’’
בנימין שעכטערס אַראַנזשירונג, אויסגעפֿירט דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר“, האָט מען אַרויסגעלאָזט לכּבֿוד דעם פּאָעטס 120סטן געבוירן־טאָג.
ס׳איז שווער צו דערפֿרישן אַן אַלט ליד, בפֿרט אַז מע האַלט זיך מיט דער אָריגינעלער מוזיק. טאַקע נאָוואַטאָריש קלינגט אָבער בנימין שעכטערס אַראַנזשירונג פֿון איציק מאַנגערס, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“.
אין דער אַראַנזשירונג הערט מען ניט בלויז ביידע זײַטן פֿונעם שמועס צווישן דער מאַמען (גיטל שעכטער־ווישוואַנאַטס קול) און דעם קינד, נאָר דורכן באַגלייטונג־געזאַנג הערט מען אויך די עמאָציאָנעלע געפֿילן פֿון זיי ביידן. די מוזיק שוועבט ביזן הימל ווען דאָס ייִנגל טראַכט פֿון פֿליִען, אָבער פֿאַלט זיך באַלד צו צו דער ערד מיט אַנטוישטע טענער ווען די מאַמע שטערט זײַנע פּלענער. בײַם סוף הערט מען אַ נאָסטאַלגישן פֿאַרבענקטן טאָן.
דער אויפֿטריט פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר“ איז פֿאָרגעקומען אין סעפּטעמבער 2019, אָבער דעם ווידעאָ דערפֿון האָט מען ערשט אַרויסגעלאָזט פֿאַראַכטאָגן, לכּבֿוד מאַנגערס 120סטן געבוירן־טאָג. מע קען זען דעם ווידעאָ אָדער מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך, אָדער מיט ענגלישע, צוזאַמען מיט די ייִדישע ווערטער אויף טראַנסליטעראַציע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO