Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

בוך וועגן ייִדיש זעט צוקונפֿט פֿאַרן לשון מחוץ דער משפּחהBook on history of Yiddish sees future for language outside the family

יחיאל שאַנדלערס „ייִדיש: ביאָגראַפֿיע פֿון אַ שפּראַך‟, איז סײַ זייער אינפֿאָרמאַטיוו סײַ אַ מחיה צו לייענען.

Jeffrey Shandler
Yiddish: Biography of a Language
Oxford University Press, 2020
258 Pages

ד׳׳ר יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם ראָטגערס־אוניווערסיטעט, איז איינער פֿון די שעפֿערישסטע פֿאָרשערס אויפֿן ייִדיש־געביט. אין משך פֿון די לעצטע יאָרן האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ צאָל ביכער אויף פֿאַרשיידענע טעמעס — נישט בלויז וועגן ייִדיש, נאָר אויך, למשל, וועגן די רעאַקציעס אויפֿן חורבן מצד אַמעריקאַנער ייִדן אין פֿילמען און טעלעוויזיע. איצט האָבן מיר דאָס גרויסע מזל, וואָס שאַנדלער האָט אָנגעשריבן אַ געראָטענע געשיכטע פֿון ייִדיש וואָס איז אויך אַ וועגווײַזער אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג: „ייִדיש: ביאָגראַפֿיע פֿון אַ שפּראַך‟.

Yiddish Biography of a Language

Image by OXFORD UNIVERSITY PRESS

ס׳איז באמת נשתּומם צו ווערן, ווי שאַנדלער האָט אין דעם רעלאַטיוו קורצן באַנד צונויפֿגעפּרעסט אַזוי פֿיל לומדות וועגן אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער שפּראַך. כאָטש דאָס בוך לייענט זיך גאַנץ געשמאַק, נישט טרוקן בכלל, איז עס פֿאָרט אַן אַקאַדעמיש ווערק מיט הונדערטער הערות און ציטאַטן פֿון הײַנטיקע און אַמאָליקע פֿאָרשערס. ס׳איז אַ נײַ סטאַנדאַרדווערק, וואָס סטודענטן וועלן מסתּמא לייענען אין זייערע קורסן און וואָס אַפֿילו גרויסע קענערס וועלן דערין געפֿינען חידושים.

דאָס בוך גיט איבער קורץ און שאַרף אַ סך וויכטיקע אויספֿירן פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג אין משך פֿון די לעצטע יאָרן און איז גוט צוגעפּאַסט צו די אינטערעסן פֿונעם ייִנגערן דור. עס גיט אַ גוטן אַרײַנבליק אין אַזעלכע טעמעס ווי דער פּאָליטישער ראַדיקאַליזם, מין, פֿעמיניזם און „קוויר ייִדישקייט‟. אָבער שאַנדלער גיט זיך אויך אָפּ ווי געהעריק מיט די עלטערע טעמעס, ווי די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, אַפֿילו פֿון דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. פֿונעם טעקסט איז צו דערקענען, אַז שאַנדלער האָט זיך יונגערהייט געלערנט בײַ ד׳׳ר מרדכי שעכטער און מיטגעאַרבעט אויפֿן ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס.

אין יעדן בוך מיט אַזוי פֿיל פּרטים כאַפּן זיך אַרײַן אַ פּאָר קליינע טעותן, וואָס ס׳איז נישט כּדאַי זיי אויסצורעכענען. מע קען לייענען עטלעכע אין דער רעצענזיע פֿון מײַקל וועקס. אויך וועגן דעם ריכטיקן באַלאַנס צווישן די פֿאַרשיידענע טעמעס איז מסתּמא אוממעגלעך, אַז צוויי פֿאָרשערס זאָלן מסכּים זײַן צווישן זיך אויף הונדערט פּראָצענט. פֿון מײַנעט וועגן, וואָלט שאַנדלער געקענט שרײַבן עפּעס מער וועגן די חסידים, ווײַל די שפּראַך לעבט הײַנט, דער עיקר, בײַ זיי.

שאַנדלער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש ווי אַ „פּאָסטווערנאַקולאַר‟, ד”ה ווי מע ניצט די שפּראַך אויף אַ סימבאָלישן אופֿן נאָך דעם ווי מע האָט זי שוין אויפֿגעהערט צו רעדן. דעם באַגריף „פּאָסטווערנאַקולאַר‟ האָט די היסטאָריקערין, ד”ר צירל קוזניץ, שוין געניצט אין אַן אַרטיקל פֿונעם יאָר 2002 אָבער שאַנדלער האָט שפּעטער געהאָלפֿן אים פֿאַרשפּרייטן אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג, עפֿענענדיק ברייטערע פּערספּעקטיוון אויף אַ סך פֿענאָמענען, וואָס מע האָט פֿריִער פֿאַרקוקט. אָבער איין פּועל־יוצא דערפֿון איז, אַז די גערעדטע שפּראַך איז געוואָרן ווייניקער צענטראַל.

Jeffrey Shandler

ד׳׳ר יחיאל שאַנדלער

שאַנדלער לייגט גרויסע האָפֿענונגען אויפֿן וואַקסנדיקן אינטערעס צו ייִדיש בײַ סעקולערע ייִדן און נישט־ייִדן אין אַ ייִדיש־וועלט וואָס איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ער זעט אַ גרויסן פּאָטענציאַל אינעם אינטערנעט צו שאַפֿן אַ ווירטועלע קהילה פֿון ייִדישיסטן איבער דער וועלט, אַזוי ווי מיר זעען אויף אַן אמת זינט די מגפֿה האָט אויסגעבראָכן. ער זעט אויך נײַע געלעגנהייטן אין „קוויר ייִדישקייט‟, וואָס האָט אַן אַנדער מאָדעל פֿון שפּראַך־המשכדיקייט. אַנשטאָט דעם געוויינטלעכן משפּחהדיקן מאָדעל, פֿון דור צו דור, פֿון טאַטע־מאַמע צו די קינדער, קען די שפּראַך אויך ממשיך זײַן דורך כּסדר בײַטדנדיקע גרופּירונגען פֿון יחידים, וואָס לערנען זיך די שפּראַך אויף ס׳נײַ. שאַנדלער האַלט, אַז אַזאַ מין נישט־משפּחהדיקע המשכדיקייט האָט אַ סך שעפֿערישע און נאָוואַטאָרישע מעגלעכקייטן, וואָס דער אַלטער מוסטער פֿון דער „גאָלדענער קייט‟ האָט נישט.

שאַנדלערס קוקווינקל שטייט אין קאָנטראַסט מיט דער וויזיע, וואָס ד׳׳ר הירשע־דוד קאַץ פּרעזענטירט אין זײַן געשיכטע פֿון ייִדיש, „ברענעדיקע ווערטער‟, וואָס איז אַרויס אין 2004. דעמאָלט האָט קאַץ פֿאָרויסגעזען אַ נײַעם אויפֿבלי פֿון ייִדיש, אַ דאַנק דעם געוואַלדיקן וווּקס פֿון די חסידים, וואָס זיי וועלן אפֿשר שאַפֿן אַ מין קולטור־רענעסאַנס. אין משך פֿון די לעצטע 17 יאָר האָט זיך די חסידישע באַפֿעלקערונג מסתּמא פֿאַרטאָפּלט און ביז אַ געוויסער מאָס איז קאַצעס נבֿואה מקוים געוואָרן. אָבער דאָס געווינס פֿאַר ייִדיש איז פֿאָרט נישט אַזוי דראַמאַטיש ווי מע וואָלט זיך געריכט (אפֿשר ווײַל קאַץ האָט געשאַפֿן אומרעאַליסטישע דערוואַרטונגען). אַזוי צי אַזוי, באַפֿרידיקט די חסידישע קולטור נישט די אינטערעסן פֿון ס׳רובֿ וועלטלעכע ייִדישיסטן, זוכן די וועלטלעכע די ישועה ערגעץ אַנדערש.

די נישט־משפּחהדיקע שפּראַך־המשכדיקייט, ווי שאַנדלער שטעלט זי פֿאָר פֿאַר „קוויר ייִדישקייט‟, איז הײַנט באמת חל אויף די ייִדישיסטן בכלל, ווײַל ס׳רובֿ פֿון אונדז לערנען זיך אויס די שפּראַך דערוואַקסענערהייט. מיר האָבן אַ ברירה אָדער צו באַדויערן דעם מצבֿ און צו בענקען נאָך אַ וועלט וואָס איז נישטאָ מער, אָדער — ווי שאַנדלער — צו באַטראַכטן די מעלות פֿון אונדזער מצבֿ און צו זאָגן גם זו לטובֿה: אַז מע קען נישט אַריבער, מוז מען אַרונטער.

ס׳איז אפֿשר געזינטער פּסיכאָלאָגיש צו באַגריסן ביידע מינים המשכדיקייט: איבערגעבן די שפּראַך אין דער משפּחה איז גוט, און אויסלערנען זיך דערוואַקסענערהייט איז אויך גוט. נאָר לאָמיר זיך נישט נאַרן, אַז פֿאַר דער שפּראַך גופֿא איז עס אַלץ איינס. ס׳איז גאַנץ שווער נאָך די קינדער־יאָרן זיך אויסצולערנען אַ שפּראַך מיט אַלע פּיטשעווקעס. דערפֿאַר איז די הויפּטשפּראַך פֿונעם ייִדיש־לימוד און פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג הײַנט — ענגליש.

דער זיידע פֿון דער סאָציאָלינגוויסטיק, ד׳׳ר שיקל פֿישמאַן ז׳׳ל, פֿלעגט אָפֿט איבערחזרן, אַז אַלע אָנהענגערס פֿון שפּראַך־המשכדיקייט דאַרפֿן זיך כּסדר דערמאָנען, אַז דער עיקר איז צו רעדן די שפּראַך מיט קינדער אין די וויגן, און נישט צו ווערן פֿאַרבלענדט פֿון „זײַטיקע שפּילעכלעך‟. קאָנצערטן און ספּעקטאַקלען, ביכער און אַרטיקלען זײַנען שיין און גוט, אָבער פֿון זיי וועט די שפּראַך נישט אויסגעלייזט ווערן. דערפֿאַר, מיין איך, האָט די לעבעדיקע שפּראַך בײַ די חסידים אַ גרעסער חשיבֿות ווי דער „פּאָסטווערנאַקולאַר‟, נישט געקוקט אויף זײַנע אַלע טשיקאַווע אַספּעקטן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.