ווי אַ פֿראַצייזישע צײַטונג האָט באַשריבן שלום עליכמס לוויה אין 1916How a French newspaper described Sholem Aleichem’s funeral in 1916
די וואָך מערקט מען אָפּ שלום־עליכמס 105טן יאָרצײַט
אין מײַ 2021 איז געװאָרן 105 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום־עליכם. אין שײַכות דערמיט האָב איך געפֿאָרשט פּובליקאַציעס אין דער ייִדישער פּרעסע, דערשינען אין פֿאַרשײדענע שפּראַכן איבער דער גאַנצער װעלט, בכדי צו דערװיסן זיך װי אַזױ האָט מען זיך אָפּגערופֿן אין יענער צײַט אױף דער דאָזיקער אומעטיקער געשעעניש.
לאָמיר איצטער ברענגען דאָ אײניקע אױסצוגן פֿון אַן אַרטיקל װעגן דעם שרײַבערס לוויה, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 30סטן יוני 1916 אין דער פֿראַנצײזיש־שפּראַכיקער װעכנטלעכער צײַטונג L’Aurore (דער צפֿון־ליכט), אַרױסגעגעבן אין דער הױפּטשטאָט פֿון דער אָסמאַנישער אימפּעריע, קושטא (סטאַמבול).
„אינעם טאָג פֿון זײַן לוויה, דעם 15טן מײַ 1916, איז די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ניו־יאָרק — אַ געמײנדע פֿון אַ מיליאָן נפֿשות — געװען אין טרױער. אױך אין אַלע שטעט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז אָט דער טאָג געװען די צײַט פֿון טרױער פֿאַר די ייִדן פֿון אַלע קלאַסן. דער ריזיקער קאָרטעזש פֿון פֿינף און צװאַנציק טױזנט מענטשן (אַ באַפֿעלקערונג פֿון עפּעס אַ גאַנצער שטאָט) האָט זיך באַװעגט איבער די גאַסן פֿון ניו־יאָרק װי אַ מענטשן־שטראָם מיט די שטילע כװאַליעס. די שולקינדער און די דעלעגאַציעס פֿון פּאָליטישע, קולטורעלע, פּראָפֿעסיאָנעלע און װירטשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האָבן געפֿורעמט דעם קערן פֿונעם טרױערמאַרש, האָבן פֿאַרנומען די אַלע גאַסן פֿונעם צפֿונדיקן בראָנקס, דורך האַרלעם און דער צװײטער אַװעניו, דורך דעם צענטער פֿונעם ייִדישן קװאַרטאַל איסט־סײַד, ביז איסט־בראָדװײ, דעם צענטער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
די לװיה פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, װעלכער איז געקומען ניט לאַנג צוריק פֿון רוסלאַנד האָט אָפּגעשטעלט אױף אַ גאַנצן טאָג דאָס לעבן פֿון אַ היפּשן טײל פֿונעם אַמעריקאַנער כּרך־גדול‟.
זינט שלום־עליכמס פּטירה מערקן זײַנע קרובֿים און אָנהענגער אָפּ יעדעס יאָר זײַן יאָרצײַט דורכן פֿאַרזאַמלען זיך, לייענען און הנאה האָבן פֿון זײַנע ווערק — פּונקט ווי שלום־עליכם האָט אַליין געבעטן אין זײַן צוואה. צום באַדויערן האָט מען — צוליב דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע — סײַ פֿאַראַיאָרן סײַ הײַיאָר זיך נישט געטראָפֿן אויף זײַן יאָרצײַט. לאָמיר האָפֿן, אַז מיר װעלן לסוף באַזיגן די מגפֿה און קענען, װי תּמיד, זיך פֿאַרזאַמלען אין אַ גרױסן זאַל, אין אײנעם מיט שלום־עליכמס קרובֿים, בכדי אָפּצומערקן זײַן יאָרצײַט, מיט די רעציטאַציעס פֿון זײַנע סאַמע פֿרײלעכסטע מעשׂיות.A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO