אָנלײַן־קלאַס וועגן י. ל. פּרצעס ווירקונג אויף באַשעוויסן (געלערנט אויף ייִדיש און ענגליש)Online class: I. L. Peretz’s influence on Isaac Bashevis Singer (taught in Yiddish and English)
שיין בייקער וועט דערקלערן ווי דער נאָבל־לאַוורעאַט האָט ניט בלויז געשאַפֿן ווערק אויף אַן ענלעכן יסוד, נאָר געפֿירט אַ קאָנקורענץ מיטן קלאַסיקער.
שיין בייקער, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, איז צום בעסטן באַקאַנט דעם עולם ווי אַן אַקטיאָר און קולטור־טוער. ער איז אָבער אויך אַ גרויסער קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין אַפּריל און מײַ האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַן אָנלײַן־קלאַס אויף ייִדיש און ענגליש וועגן סוצקעווערס פּראָזע־ווערק, אַרײַנגערעכנט אַ ציקל דערציילונגען וואָס בייקער האָט פֿריִער געהאַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ טעאַטראַלישער פֿאָרשטעלונג.
אין גיכן וועט בייקער לערנען נאָך אַ קורס געווידמעט אַ פּאָעמע, וואָס ער האָט אָפֿט רעציטירט און פֿאָרגעשעטלט אויף דער בינע: י. ל. פּרצעס „מאָניש“. די פּאָעמע, צוזאַמען מיט עטלעכע דערציילונגען פּרצעס, האָבן מיט יאָרן שפּעטער שטאַרק באַווירקט באַשעוויסן בײַם שרײַבן זײַנע אייגענע ווערק
דער קורס, וואָס וועט באַשטיין פֿון 6 סעסיעס — 75 מינוט לאַנג, וועט פֿאָרקומען יעדן זונטיק, 6:00 ניו־יאָרקער צײַט, פֿון זונטיק, דעם 6טן יוני ביז זונטיק, דעם 11טן יולי. דער שׂכר־לימוד איז $125.
אינעם קורס וועט בייקער ווײַזן ווי אַזוי צוויי פֿון באַשעוויסעס דערציילונגען, „דער שפּיגל“ און „מעשׂה טישעוויץ“, רופֿן זיך אָפּ אויף פּרצעס צוויי ווערק, „מאָניש“ און „די תּאווה צו קליידער“. בייקער גיט איבער, אַז אין באַשעוויסעס צוויי שדים־מאָנאָלאָגן, ”געפֿינט מען ניט נאָר ענלעכע שטריכן, נאָר אויך אַז זיי זענען געבויט אויף די זעלביקע יסודות און אַז באַשעוויס שפּילט אַ קאָנקורענץ מיט פּרצן“.
בייקער וועט פֿאָרלייענען די דערציילונגען אויף ייִדיש און די סטודענטן וועלן קענען מיטלייענען אָדער אויף ייִדיש, אָדער אויף ענגליש און מע וועט אַרומרעדן די טעקסטן אויף ביידע שפּראַכן.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, שרײַבט שיין בייקערן אויפֿן אַדרעס [email protected].
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO