רירנדיקע ווידעאָס און לידער לזכר דעם פּאָעט וואָלף יוניןPoignant videos and songs in memory of the poet Wolf Younin
זײַנע לידער זענען געווען אַזוי פֿאָלקסטימלעך, אַז ס׳רובֿ מענטשן ווייסן הײַנט ניט ווער ס׳האָט זיי אָנגעשריבן.
די וואָך פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט, פֿאָלקלאָריסט, קאָלומניסט און זאַמלער פֿון ייִדישע ביכער, וואָלף יונין (1908־1984).
יונין איז לאַנגע יאָרן געווען אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און פֿאָלקלאָר; אַ קאָלומניסט (צו ערשט בײַם „טאָג־מאָרגן זשורנאַל“ און שפּעטער בײַם פֿאָרווערטס), ווי אויך אַ לערער פֿון קינדער אין ייִדישע זונטיקשולן און זומער־קאָלאָניעס.
ער האָט שטאַרק ליב געהאַט צו זינגען ייִדישע פֿאָלקסלידער. אַ טייל פֿון זיי האָט דער פֿאָלקלאָריסט, איציק גאָטעסמאַן, שפּעטער דיגיטאַליזירט פֿאַר זײַן בלאָג, „דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך“. אָט קען מען הערן, אין רעקאָרדירונגען געמאַכט דורך דער עטנאָמוזיקאָלאָגין רות רובין, ווי ער זינגט די באַלאַדע [„צוויי ברידער“] און דאָס ליד [„צי געדענקסטו“].
במשך פֿון 30 יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיט צײַטונג־רובריקן געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און געענטפֿערט פֿראַגעס פֿון די לייענער וועגן ייִדישער סטיליסטיק. איינע פֿון זײַנע לייענערינס אין יענע יאָרן איז געווען אַ יונגע ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, וואָס איז שפּעטער אַליין געוואָרן אַן אָנגעזעענע פֿאָרשערין פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.
בעת אַן אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, דערציילט קירשנבלאַט־גימבלעט דעם אומדערוואַרטן אופֿן, ווי אַזוי יונין האָט איר געהאָלפֿן געפֿינען ייִדישע ביכער.
איינע פֿון יונינס תּלמידות איז געווען די ייִדיש־לערערין און אַרכיוויסטקע, געלע שווייד־פֿישמאַן ז״ל. אָט דערציילט זי קריסטאַ וויטני ווי אַזוי זי האָט, אַ דאַנק יונינען, זיך דערוווּסט, אַז זי האָט אַ ייִדישן נאָמען.
ס׳רובֿ פֿון זײַנע לידער זענען געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער נאָך דעם ווי אַנדערע האָבן צוגעשטעלט מוזיק דערצו. אַ טייל פֿון די לידער האָבן אַזוי אויסגענומען צוליב זייער פֿאָלקסטימלעכקייט, אַז ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט אַז יונין האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט. אַ בײַשפּיל דערפֿון איז „דער ייִד דער שמיד‟ (מוזיק פֿון וולאַדימיר חפֿץ), געזונגען דאָ פֿון סימע מילער.
און אָט קענט איר הערן אַ רעקאָרדירונג פֿון זײַן ליד „זינג שטיל‟, מוזיק פֿון שלום סעקונדע, געזונגען פֿון דער האָלענדישער זינגערין לוסעט וואַן דאַן בערג.
צו לייענען יונינס נעקראָלאָג אין דער ניו־יאָרק טײַמס גיט אַ קוועטש דאָ.
כּבֿוד זײַן ליכטיקן אָנדענק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO