סעריע לעקציעס בײַם ייִוואָ אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולםYIVO lecture series open to the public
צווישן די רעדערס זײַנען מומחים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור, מוזיקאָלאָגיע און לינגוויסטיק.
אין די ראַמען פֿון זײַן יערלעכער זומער־פּראָגראַם אָרדנט דער ייִוואָ אײַן אַ סעריע לעקציעס אויף ייִדיש און אויף ענגליש פֿון באַקאַנטע מומחים אויף פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע געביטן.
הגם די לעציעס זענען אָרגאַניזירט געוואָרן לטובֿת די סטודענטן, זענען זיי אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און קומען פֿאָר אין די מאָנטיקן און דאָנערשטיקן צווישן דעם 21סטן יוני און דעם 26סטן יולי, 4:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
דעם 21סטן יוני וועט דער היסטאָריקער, ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו, רעדן אויף ייִדיש אויף דער טעמע, „דער עונג־שבת־אַרכיוו און דער עטאָס פֿונעם ייִוואָ“. קאַסאָוו איז דער מחבר פֿון „ווער וועט שרײַבן אונדזער געשיכטע?“, דאָס שטאַרק געלויבטע בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם עונג־שבת־אַרכיוו, וואָס דער היסטאָריקער עמנואל רינגלבלום האָט אָרגאַניזירט אין וואַרשעווער געטאָ, כּדי צו דאָקומענטירן דעם חורבן און דאָס ייִדישע לעבן אין די געטאָס פֿון אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו. נאָר דרײַ מיטגלידער פֿון רינגלבלומס גרופּע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, און נאָך דער מלחמה האָבן זיי טאַקע באַוויזן אויסצוגראָבן דעם אַרכיוו פֿון אונטער דער ערד.
דעם 24סטן יוני וועט ד׳׳ר אַני פּאָלאַרד, די היסטאָריקערין פֿונעם ניו־יאָרקער טענעמענט־מוזיי, רעדן אויף ענגליש אויף דער טעמע „אונטער די טענעמענט־דעכער: אימיגראַנטישע משפּחות אין ניו־יאָרק”. זי וועט באַשרײַבן די משפּחות וואָס האָבן אַ מאָל געוווינט אינעם בנין איידער ער איז געוואָרן אַ מוזיי. דאָרט האָבן געוווינט נישט בלויז ייִדן, נאָר אויך אַ סך איטאַליענער, און שפּעטער — כינעזער און פּוערטאָ־ריקאַנער.
דעם 28סטן יוני וועט די סאָציאָלאָגין ד׳׳ר עדינה צימעט רעדן אויף ייִדיש אויף דער טעמע, „אַשכּנזישע ייִדן פֿון מעקסיקע“. די מעקסיקאַנער ייִדישע קהילה איז רעלאַטיוו קליין, און פֿאָרט האָבן די ייִדן דאָרט אַנטוויקלט אַ רײַכע און פֿאַרצווײַגטע ייִדישע קולטור, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגיעס, אין וועלכע ייִדן האָבן געגלייבט. צימעט וועט ספּעציעל לייגן דעם טראָפּ אויף די ייִדישע שולן און דער ייִדישער שפּראַך וואָס האָט דאָרט געדינט ווי אַן אויסדרוק פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט.
דעם ערשטן יולי וועט דער מוזיקאָלאָג ד׳׳ר מאַרק סלאָבין רעדן אויף ענגליש אויף דער טעמע, „דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד: אַן איבערבליק“. סלאָבין וועט פֿאַרגלײַכן די זשאַנערס פֿון פֿאָלקסלידער בײַ ייִדן מיט יענע בײַ אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. ער וועט באַשרײַבן ווי אַזוי די דאָזיקע ייִדישע טראַדיציע איז פֿאַרבליבן אַפֿילו נאָכן חורבן און נאָך אַנדערע מאָדערנע קריזיסן, און ווי אַזוי זי איז לעצטנס באַנײַט געוואָרן.
דעם 8טן יולי וועט די היסטאָריקערין ד׳׳ר גבריאלה ספֿרן רעדן אויף ענגליש אויף דער טעמע, „די ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און ש. אַנ־סקי„. ספֿרן האָט אָנגעשריבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַנ־סקין, “די פֿאַרוואָגלטע נשמה“. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין די יאָרן 1911־1914 האָבן אים טאַקע אינספּירירט צו שרײַבן זײַן ווערק, „דער דיבוק“, וואָס איז געוואָרן די באַרימטסטע ייִדישע פּיעסע פֿון אַלע צײַטן.
דעם 12טן און דעם 19טן יולי וועט דער ליטעראַטור־פֿאָרשער, ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן, רעדן אויף ייִדיש אויף דער טעמע, „ייִדישע שרײַבערינס“. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן פֿרויען אָנגעהויבן שפּילן אַ גרעסערע ראָלע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ספּעציעל אויפֿן געביט פֿון פּאָעזיע. דער ליטעראַרישער עסטאַבלישמענט איז דעמאָלט אָבער באַשטאַנען כּמעט נאָר פֿון מענער, וואָס האָבן געוויינטלעך געהאַלטן, אַז פֿרויען זאָלן שרײַבן בלויז וועגן מער אינטימע, „ווײַבערישע“ טעמעס. נאָווערשטערן וועט רעדן וועגן דעם אופֿן, ווי אַזוי די שרײַבערינס האָבן זיך געראַנגלט מיט די דאָזיקע סטערעאָטיפּן און פֿאָראורטיילן.
דעם 15טן יולי וועט די היסטאָריקערין, ד׳׳ר רחל ראָזשאַנסקי, רעדן אויף ענגליש אויף דער טעמע, „ייִדיש און ציוניזם“. ראָזשאַנסקי האָט פֿאַר אַ יאָרן אַרויסגעגעבן דאָס בוך, „ייִדיש אין ישׂראל: אַ געשיכטע“, אין וועלכן זי אַנאַליזירט דעם צוגאַנג צו ייִדיש בײַ די אַמאָליקע ציוניסטן און פֿירערס פֿון מדינת־ישׂראל. פֿון איין זײַט, האָבן די ציוניסטן געהאַלטן, אַז נאָר העברעיִש איז די נאַציאָנאַלע שפּראַך, און אַז ייִדיש איז אַ סכּנה פֿאַרן ציוניסטישן פּראָיעקט. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן זיי אין אַ געוויסער מאָס געשטיצט ייִדיש, ווײַל עס איז פֿאָרט געווען דאָס פֿאַרשפּרייטסטע ייִדישע לשון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דעם 22סטן יולי וועט דער היסטאָריקער, ד׳׳ר שאול שטאַמפֿער, רעדן אויף ענגליש אויף דער טעמע, „מײַן האַרץ ליגט אין מיזרח: ווי ייִדיש־רעדערס האָבן זיך געצויגן אויף מיזרח“. שטאַמפֿער וועט פּרעזענטירן זײַן טעאָריע וועגן דעם אָפּשטאַם פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האַלט, אַז די ערשטע ייִדיש־רעדערס זײַנען געקומען קיין פּוילן און ליטע — נישט פֿונעם רײַנלאַנד, ווי עס שרײַבט מאַקס ווײַנרײַך אין זײַן געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, נאָר פֿון ביימען, סלאָוואַקײַ און עסטרײַך.
דעם 26סטן יולי וועט דער לינגוויסט, ד׳׳ר אײַזיק בלימאַן, רעדן אויף ייִדיש אויף דער טעמע, „סטאַנדאַרדיזירונג אין הײַנטצײַטיקן ייִדיש: פּרט־פֿאָרשונגען פֿון חסידים און ייִדישיסטן“. די הײַנטיקע ייִדישיסטן האַלטן, צום גרעסטן טייל, פֿון כּלל־ייִדיש און פֿון מער „קאָרעקטע“ לינגוויסטישע סטאַנדאַרדן, בעת ס’רובֿ חסידים איגנאָרירן דעם גאַנצן ענין. בלימאַן וועט ווײַזן, אויפֿן סמך פֿון זײַן אייגענער פֿאָרשונג, אַז אין געוויסע אַספּעקטן האָבן זיך די סטאַנדאַרדן פֿאָרט אַנטוויקלט בײַ די חסידים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO