Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער געוואַלדיקער רושם פֿון איציק מאַנגערס ליד, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟The indelible impact of Itzik Manger’s song, “By the Wayside Stands a Tree’’

דרײַ געשיכטעס פֿאַרבונדן מיטן ליד, לכּבֿוד דעם פּאָעטס 120סטן געבוירן־טאָג.

זונטיק, דעם 30סטן מײַ, ווערט 120 יאָר זינט דער גרויסער פּאָעט איציק מאַנגער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ. כאָטש מאַנגערס ווערק, „די מגילה־לידער‟ איז געווען דער גרעסטער שלאַגער אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און זײַנע לידער פֿאַרן ייִדישן קינאָ ווי “ייִדל מיטן פֿידל” ווערן עד־היום געזונגען, איז דאָס ליד זײַנס וואָס איז געבליבן אינעם פֿאָלקס מויל מער פֿון אַלע — “אויפֿן וועג שטייט אַ בוים”.

אָנגעשריבן דאָס ליד האָט ער אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, גלײַך נאָך דעם ווי די מאַמע איז בײַ אים אַוועק. כאָטש ער האָט עס געשאַפֿן ווייניקער ווי אַכט יאָר פֿאַרן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט דאָס ליד במשך פֿון דער קורצער צײַט אַזוי אויסגענומען בײַם פֿאָלק, אַז מע האָט אים געזונגען אין אַלע עקן פֿון מיזרח־אייראָפּע.

אַזוי ווי מאַרק וואַרשאַווסקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק“, האָבן אַ סך ייִדן אין דער אַלטער היים געמיינט, און צומאָל אַפֿילו שטאַרק געטענהט, אַז „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“ איז אַ פֿאָלקסליד וואָס ייִדן האָבן געירשנט פֿון דורות פֿריִער. דער זשורנאַליסט, יצחק לודען ז׳׳ל, האָט מיר אַ מאָל דערציילט, אַז ווען ער איז געווען אַ קינד אין וואַרשע, האָבן עטלעכע עלטערע שכנים אים דערקלערט, אַז זיי האָבן דאָס ליד געזונגען אין זייערע קינדעריאָרן, צענדליקער יאָרן איידער מאַנגער האָט עס געשאַפֿן. דאָס רופֿט מען הײַנט אַ „מאַנדעלאַ־עפֿעקט“: ווען אַ סך מענטשן „געדענקען‟ עפּעס וואָס איז קיינמאָל ניט געשען. אַזאַ זאַך טרעפֿט מען ניט זעלטן בײַ לידער וואָס רופֿן אַרויס שטאַרקע עמאָציעס. דערפֿאַר איז טאַקע ניט קיין חידוש, וואָס אַזוי פֿיל ייִדן באַציִען זיך אַזוי צו „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“.

איינער פֿון די גרויסע ליבהאָבער פֿון דעם ליד איז געווען דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר, לענאַרד נימוי. לאַנג איידער ער האָט געשפּילט „מיסטער ספּאָק“ אין דעם טעלעוויזיע־סעריע „סטאַר־טרעק“, האָט נימוי אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע אין ייִדישן טעאַטער — אַפֿילו מיטן גרויסן אַקטיאָר, מאָריס שוואַרץ. ווייניק מענטשן ווייסן אַז נימוי איז דערצויגן געוואָרן בײַ ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן. בעת אַן אינטערוויו אין 2013 מיט קריסטי וויטני, דער דירעקטאָרין פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“, האָט דער אַטקיאָר דערציילט, וואָס פֿאַר אַ טיפֿן אײַנדרוק מאַנגערס ליד האָט קינדווײַז געמאַכט אויף אים.

ווען מאַנגער האָט באַזוכט פּוילן באַלד נאָך דער מלחמה, האָט ער איבערגעלעבט צוויי אומדערוואַרטע אינצידענטן אין שײַכות מיטן ליד. ביידע עפּיזאָדן באַשרײַבט ער אין זײַנע זכרונות. וועגן איינער פֿון די פּאַסירונגען דערציילט אויך דער ייִדישער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן אין זײַן פּיעסע, Too Jewish (צו ייִדישלעך). ווי האָפֿמאַן דערציילט, האָט איציק מאַנגער אַ מאָל, פֿאָרנדיק אין דער באַן, אָנגעהויבן אונטערזינגען „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“, ווען אַ מיידעלע האָט פּליצלינג גענומען עס מיטזינגען מיט אים — אַ זאַך וואָס האָט מאַנגערן אין גאַנצן פּריטשמעליעט.

דאָס צווייטע באַגעגעניש איז געווען מיט מאַרעק עלדמאַן, דעם געוועזענעם פּאַרטיזאַנער וואָס האָט נאָך דער מלחמה זיך ווידער באַזעצט אין פּוילן. מאַנגער באַשרײַבט עס אַזוי:


און אָט אין אַזאַ טאָג איז צו מיר צוגעקומען מאַרעק עדלמאַן אויף איינער אַ לאָדזשער גאַס. איך האָב אים דאָס ערשטע מאָל אין מײַן לעבן געזען. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט און מיר דערציילט עפּעס אַזוינס, וואָס האָט מיך צערודערט און געפּלעפֿט און וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות מיט דעם ליד מײַנעם, אָבער נישט אין אַ פּוילישער איבערזעצונג, נאָר אין ייִדיש — אין דער שפּראַך, אין וועלכער ס’איז געשריבן געוואָרן._

ער האָט דערציילט שטיל, אָן פּאַטאָס, די פּאַטעטישסטע געשיכטע, וואָס איך האָב געהערט אין מײַן לעבן אין שײַכות מיט אַ ליד:

„די וואַרשעווער געטאָ האָט געקעמפֿט און געגוססט. די דײַטשן האָבן, כּדי בײַצוקומען די געטאָ־קעמפֿער, אָנגעהויבן וואַרפֿן צינד־באָמבעס אויף די הײַזער. די היץ איז געווען אוממעגלעך צו פֿאַרטראָגן. טויזנטער ייִדן זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין די הײַזער. דאָס געווער און די אַמוניציע איז געוואָרן ווינציקער. אַ סך פֿון מײַן גרופּע אין בערשטער־געביט זענען שוין געפֿאַלן אין קאַמף. פֿאַר די לעצטע וואָס זענען געבליבן, איז געווען איין אויסוועג: אַרויס פֿון די בונקערס, זיך דערשלאָגן צו די קאַנאַלן און דורך די קאַנאַלן צו דער פּוילישער זײַט.“

ווען זיי זענען אַרויס פֿונעם בונקער זענען זיי עטלעכע רגעס צעטומלט געוואָרן. הײַזער האָבן געפֿלאַקערט פֿון אַלע זײַטן. דאָס גאַנצע געטאָ איז געווען איין שטיק פֿײַער. אַזוי האָט געמוזט אויסזען רוים, ווען נעראָ האָט עס אונטערגעצונדן.

און דענצמאָל האָט אַ מיידל וואָס איז געווען אין אונדזער גרופּע דעקלאַמירט אײַער ליד:

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים
שטייט ער אײַנגעבויגן.
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זײַנען זיך צעפֿלויגן…

דעקלאַמירט? ניין, נישט דעקלאַמירט, נאָר קוים, קוים געשעפּטשעט. אָבער אַלע האָבן געהערט. אַלע פֿון דער גרופּע האָבן געפֿילט, אַז די פֿייגל פֿונעם בוים וואָס זענען זיך צעפֿלויגן זענען נישט קיין סתּם פֿייגל, נאָר טאַטע, מאַמע, ברידער און שוועסטער, חבֿרים און פֿרײַנד. די שענסטע פֿייגל פֿונעם פּוילישן ייִדנטום.

זיי האָבן זיך געלאָזט צו די קאַנאַלן. נישט אַלע פֿון דער גרופּע זענען דערגאַנגען. אַ סך זענען געבליבן אויפֿן וועג.

נו, און זי, דאָס מיידל? — זי איז געפֿאַלן פֿון די ערשטע; זי איז נישט דערגאַנגען. מיט דעם ליד האָט זי זיך, ווײַזט אויס, געזעגנט מיט אונדז, און מיט דער וועלט.

אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זײַנען זיך צעפֿלויגן.

מאַרעק עדלמאַן איז אַוועק. איך בין נאָך לאַנג געשטאַנען אויף דעם זעלבן אָרט. געזען אין דמיון די לעצטע קעמפֿער פֿון דעם געטאָ אין וואַרשע מיט נאַגאַנעס אין די הענט. איך האָב געהערט דאָס אומבאַקאַנטע מיידל שעפּטשען דאָס ליד אין ברוטאַלן שײַן פֿון די געטאָ־פֿײַערן, און אַזוי שטייט זי פֿאַר מיר ביזן הײַנטיקן טאָג: אַ סימבאָל פֿון אונדזער הערלעכער ייִדישער יוגנט אין פּוילן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.