פֿאָטאָ־זאַמלונג שילדערט דאָס חסידישע לעבן אין פֿאַרשידענע מקומותPhoto collection captures Hasidic life in different countries
דאָס בוך פֿון דער פּוילישער פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ נעמט אַרײַן בילדער פֿון יום־טובֿ־פֿײַערונגען און פּאָרטרעטן פֿון חסידישע פֿרויען.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
די פּוילישע פֿאָטאָגראַפֿין, אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ, באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאַרכאַפּנדיקע פּאָרטרעטן פֿון חסידים וואָס דערמאָנען אינעם מאָלער רעמבראַנדט, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט איר צווייטן פֿאָטאָ־אַלבאָם, A Rekindled World („אַ װידער באַלויכטענע װעלט“).
להיפּוך צו איר פֿריִערדיקער זאַמלונג, The Returns („די אומקערן“), וואָס נעמט מערסטנס אַרײַן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון חסידים אויף קבֿר־אָבֿות אין מיזרח־אייראָפּע, שילדערט דאָס נײַע בוך סצענעס פֿונעם טאָגטעגלעכן חרדישן לעבן אין אַמעריקע, ישׂראל, קאַנאַדע, ענגלאַנד, בעלגיע און בראַזיל.
טראַטשעווסקאַ, אַ קאַטאָליקין וואָס האָט זיך באַפֿרײַנדעט מיט חסידים אין פֿאַרשידענע שטעט, בפֿרט אין ירושלים, האָט איבערגעגעבן אין אַן אינטערוויו מיט „האָרץ“, אַז הגם אַלע חסידים זעען אויס די זעלבע בײַ די וואָס קענען זיי ניט, זענען זייערע קהילות זייער פֿאַרשידנאַרטיק, און אַז זי האָפֿט דאָס צו ווײַזן דורך אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס.
טראַטשעווסקאַס איצטיקע זאַמלונג נעמט אויך אַרײַן פּאָרטרעטן פֿון פֿרויען. זי האָט זיך אַ ביסל געזאָרגט אַז חסידים וועלן זיך באַקלאָגן וואָס מע פּובליקירט בילדער פֿון זייערע ווײַבער און מאַמעס, אָבער זי האָט דווקא באַקומען שיינע אָפּרופֿן אויף זיי פֿון באַקאַנטע אין מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע געגנטן.
כּדי צו באַשטעלן דאָס בוך, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO