Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראָמאַן: די משפּחה נתּניהו קומט צו גאַסט אין אַן אַמעריקאַנער קאָלעדזש־שטעטלNovel: The Netanyahu family visits a small American college town

אין „די נתּניהוס‟, פֿון יהושע כּהן, זעט מען דעם סיכסוך צװישן צװײ השׂגות פֿון ייִדישער געשיכטע אין אַמעריקע אין 1960.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

Joshua Cohen
The Netanyahus
New York Review Books, 240 PP

אײניקע קריטיקער האַלטן, אַז יהושע כּהן איז הײַנט דער בעסטער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער, און אַז זײַן נײַער ראָמאַן באַרעכטיקט אַזאַ אָפּשאַצונג.

די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן „די נתּניהוס: אַ באַריכט װעגן אַ קלײנעם, און אינעם לעצטן סך־הכּל, גאָר אַ נישטיקן עפּיזאָד אין דער געשיכטע פֿון זײער אַ חשובֿער משפּחה‟ קומט פֿאָר אין אַ קאָלעדזש־שטעטל אינעם װײַטן צפֿונדיקן טײל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק אינעם װינטער פֿון 1960. דער דערצײלער, ראובֿן בלום, װאָס איז דעמאָלט געװען אַ יונגער פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער געשיכטע, װערט באַשטימט װי אַ מיטגליד פֿון אַ קאָמיטעט פֿאַר אָנשטעלן אַ נײַעם פּראָפֿעסאָר אינעם געשיכטע־אָפּטײל. לכאורה איז דאָס סתּם אַ טײל פֿון זײַן אַרבעט, אָבער עפּעס איז דאָ ניט גלאַט.

בלום פֿאַרשטײט, אַז מען האָט אים אױסגעקליבן ניט צוליב זײַן בקיאות אין װיסנשאַפֿט נאָר צוליב דעם, װאָס ער איז דער אײנציקער ייִדישער פּראָפֿעסאָר אינעם קאָלעדזש. דער קאַנדידאַט אױף דער נײַער שטעלע איז בן־ציון נתּניהו, דער באַקאַנטער היסטאָריקער פֿון דער שפּאַנישער אינקװיזיציע. חוץ דעם איז נתּניהו אַן אַקטיװער ציוניסטישער כּלל־טוער, דער אָנהענגער פֿון דער רעװיזיאָניסטישער בראַנזשע און אַ נאָענטער מיטאַרבעטער פֿון זאבֿ זשאַבאָטינסקי.

זײַן היסטאָרישע פֿאָרשונג איז אױך גאַנץ רעװיזיאָניסטיש. ער טענהט, אַז דער ציל פֿון דער שפּאַנישער מלוכה איז געװען ניט צו צװינגען ייִדן צו שמדן זיך, נאָר פֿאַרקערט, אַרױסצוטרײַבן די געשמדטע ייִדן פֿון דער קאַטױלישער קירך. לױט נתּניהוס קאָנצעפּציע, זײַנען ייִדן אין דער מיטלעלטערלעכער שפּאַניע כּלומרשט געװען גיריק זיך צו אַסימילירן און האָבן פֿרײַװיליק זיך געשמדט. אָבער די אינקװיזיציע האָט דאָס געהאַלטן פֿאַר אַ סכּנה פֿאַרן מלכות. דערפֿאַר האָט זי גערודפֿט דװקא די געשמדטע ייִדן און סוף־כּל־סוף האָט זי גורם געװען גירוש־ספֿרד. בײַ נתּניהו איז די דאָזיקע געשיכטע געװען אַ מוסטער פֿון דער אײביקער שׂינאת־ישׂראל צװישן די אומות־העולם. דער מאָדערנער נמשל פֿונעם דאָזיקן היסטאָרישן משל איז געװען פּשוט: װי ייִדן האָבן זיך ניט געסטאַרעט צוצופּאַסן צו אַ װאָסער ניט איז פֿרעמדער געזעלשאַפֿט, װעט מען זײ סוף־כּל־סוף רודפֿן און אַרױסטרײַבן.

נאַטירלעך, מײנען מײנט מען דאָ ניט נאָר שפּאַניע, נאָר אױך אַמעריקע. בלום איז צופֿרידן מיט זײַן לעבן: ער האָט אַ משפּחה, אַן אײגענעם הױז און אַן אַקאַדעמישע שטעלע. דאָס איז אַ װײַטער מהלך פֿון זײַן טאַטע־מאַמע, אָרעמע אימיגראַנטן פֿון מזרח־אײראָפּע. בלום גלױבט פֿעסט אין די אַמעריקאַנער אידעאַלן פֿון דעמאָקראַטיע, גערעכטיקײט און פּראָגרעס. און כאָטש צומאָל פֿילט ער זיך ניט אין גאַנצן באַקװעם צװישן זײַנע קריסטלעכע קאָלעגעס, װאָס לאָזן אים כּסדר פֿילן, אַז בײַ זײ איז ער טאַקע אַ פֿרעמדער, איז דאָס אַ קלײניקײט אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט ייִדן אין אײראָפּע.

בן־ציון נתּניהו באַװײַזט זיך אין אײנעם אַ שנײיִקן יאַנואַר־טאָג אין בלומס שטוב מיט זײַן גאַנצער משפּחה: די פֿרױ צילה און דרײַ זין, דער עלטסטער — יוני (יונתן), דער צװײטער — ביבי (בנימין) און דער ייִנגסטער — עדו. זײ זײַנען מיד, אױפֿגערעגט און חוצפּהדיק. און דאָס איז בלױז דער אָנהײב פֿון בלומס צרות. אַלצדינג גײט קאַפּױער מיט די נתּניהוס באַזוך, װאָס ענדיקט זיך אין אַ ריזיקן סקאַנדאַל.

בלום קומט אַרױס אינעם ראָמאַן װי אַ נאַיִװער אַמעריקאַנער ליבעראַל, בעת די שילדערונג פֿון דער משפּחה נתּניוהו איז שאַרף סאַטיריש. זײער נטיה צו פּראָװאָקאַציע, מאַניפּולאַציע און קאָנפֿליקט לאָזט זיך אױסטײַטשן, אױב מען װיל, װי אַ שטיקל פֿאַמיליע־שטריך, װאָס איז בולט אין בנימין נתּניהוס כאַראַקטער. אינעם נאָכװאָרט צו דעם ראָמאַן שרײַבט כּהן, אַז דער ערשטער שטױס צו שרײַבן דעם דאָזיקן ראָמאַן איז געװען אַ מעשׂה, װאָס ער האָט געהערט פֿונעם באַרימטן ליטעראַטור־פֿאָרשער, האַראָלד בלום. װי אַ יונגערמאַן איז כּהן געװען אַן אַרײַנגײער אין בלומס שטוב און האָט געהערט אַ סך שמועסן װעגן כּלערלײ באַרימטע פּערזענלעכקײטן.

צװישן אַנדערע מעשׂיות האָט בלום דערצײלט װעגן זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט בן־ציון נתּניהו, װעמען ער האָט געטראָפֿן אין קאָרנעל־אוניװערסיטעט. כּהן װאָרנט דעם לײענער, אַז מען טאָר בשום־אופֿן ניט האַלטן, אַז האַראָלד בלום (Bloom) איז דער פּראָטאָטיפּ פֿון זײַן העלד, ראובֿן בלום (Blum). אָבער עס איז ניט קײן ספֿק, אַז די משפּחה נתּניהו אינעם ראָמאַן איז טאַקע אַ סאַטירישער פּאָרטרעט פֿון דער רעאַלער משפּחה נתּניהו.

דער אידעיִשער סיכסוך צװישן דעם ראַדיקאַלן ציוניסט בן־ציון נתּניהו און דעם אַמעריקאַנער ליבעראַל ראובֿן בלום איז ממשיך די טעמע פֿון כּהנס פֿריִערדיקן ראָמאַן, „מוּווינג קינגס‟. עס גײט אין אַ קאָנפֿליקט צװישן צװײ ייִדישע װעלטבאַנעמען, דעם ישׂראליקן און דעם אַמעריקאַנער. דער ערשטער, װאָס װערט פֿאָרגעשטעלט דורך בן־ציון נתּניהו, האַלט, אַז די גאַנצע ייִדישע געשיכטע איז אַ קײט פֿון רדיפֿות, װאָס חזרן זיך איבער זינט יציאת־מצרים. דער אײנציקער װעג אַרויס פֿון דער דאָזיקער פֿאַרכּישופֿטער ראָד איז דורך בױען אַן אײגענע ייִדישע מלוכה.

בלום, דער אַמעריקאַנער ייִד, גלױבט אַז דער אַלגעמײנער פּאַמעלעכער פּראָגרעס פֿון דער מענטשהײט מיט אַמעריקע בראָש איז גוט פֿאַר די ייִדן. הײַנט זעט בלום אױס װי אַ נאַיִװער ליבעראַל פֿונעם עלטערן דור. ער האַלט זיך בײַ זײַן אידעאַל פֿון אַמעריקע, װאָס איז מער ניטאָ. די נתּניהוס פֿאַרקערפּערן דעם ראַדיקאַלן שטראָם פֿון ציוניזם, װאָס װיל אַרױסרײַסן ייִדן פֿון דער לאַנגער גלות־געשיכטע. אָבער זײער אופֿן האַנדלען איז הפֿקרדיק און געפֿערלעך. װי אַ גוטער שרײַבער, קען כּהן פֿאָרשטעלן דעם אידעיִשן סיכסוך דורך לעבעדיקע קינסטלערישע געשטאַלטן, און לאָזן דעם לײענער אױסקלײַבן דעם ריכטיקן צד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version