Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שלום אַשעס נאָוואַטאָרישע פּיעסע, „גאָט פֿון נקמה“, קען מען איצט זען אָנלײַן אויף ענגלישSholem Asch’s groundbreaking play, “God of Vengeance”, now streaming in English

די ערשטע בראָדוויי־פֿאָרשטעלונג דערפֿון האָט מען געשלאָסן צוליב דער שילדערונג פֿון אַ לעזבישן קוש אויף דער בראָדוויי־בינע.

אַ קינסטלערישן פֿילם־נוסח פֿון שלום אַשעס פּיאָנערנדיקער 1906 ייִדישער פּיעסע אָנלײַן, „גאָט פֿון נקמה“, קען מען איצט זען ביזן 31סטן מײַ. די פֿאָרשטעלונג, פֿון 100 מינוט, איז אויף ענגליש.

די פּיעסע, וואָס איז לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן אין 1906 און וועמענס סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין פּוילן, אינסצענירט מען אין דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג אויפֿן „איסט־סײַד“ בשעת דער גרויסער דעפּרעסיע. אַזוי ווי אינעם אָריגינעלן נוסח, פּרובירן אַ כּלומרשט פֿרום פּאָרפֿאָלק, יאַנקל און שׂרה, פֿאַרהיטן, אַז זייער טאָכטער, רבֿקהלע זאָל ניט באַווירקט ווערן פֿונעם שאַנדהויז, וואָס דאָס פּאָרפֿאָלק פֿירט אָן מיט דעם. ניט געקוקט אויף זייערע באַמיִונגען, פֿאַרליבט זיך רבֿקהלע אין איינער פֿון די אָרטיקע פּראָסטיטוטקעס, מאַנקע.

די אַקטריסע קאַראַיִד אָ׳ברײַען האָט געמאַכט די ענגלישע איבערזעצונג. ברוס בירמאַן האָט רעזשיסירט דעם ווידעאָ.

ווען מע האָט לכתּחילה אינסצענירט די פּיעסע אויף בראָדוויי, האָט מען געשלאָסן די פֿאָרשטעלונג און אַפֿילו אַרעסטירט די אַקטיאָרן, ווײַל מע האָט געהאַלטן די לעזבישע קוש־סצענע פֿאַר ניבֿול־פּה. דער דאָזיקער אינצידענט האָט אינספּירירט די פּרעמירטע פּיעסע, ”Indecent” (דאָס נישט־לײַטישע).

די נײַע פֿאָרשטעלונג, די ערשטע וואָס מע קען זען אָנלײַן, ווערט אײַנגעאָרדנט דורך דער אָרגאַניזאַציע, „קלעזקאַליפֿאָרניע“. בילעטן ($18, $36 און $45) קען מען קויפֿן דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version