Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הערט זיך צו צו עטלעכע ייִדישע לידער לכּבֿוד שבֿועותListen to a couple of Yiddish songs about Shavuos

כאָטש דאָס באַקאַנטסטע ליד וועגן דעם יום־טובֿ, „ישׂמח משה“, איז אַ פֿריילעכס, זענען ניט אַלע אַזוי.

להיפּוך צו חנוכּה, פּסח, שׂימחת־תּורה און סוכּות, זענען ניטאָ קיין סך באַקאַנטע פֿאָלקסלידער וועגן שבֿועות. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בלויז געוווּסט וועגן איין שבֿועות־ליד, ביילע שעכטער גאָטעסמאַנס „שבֿועות־ליד“. אַז איך האָב אָבער געפֿרעגט בײַ עטלעכע עקספּערטן און געשטעלט אַ פֿראַגע אויף פֿייסבוק, האָט מען מיר געלאָזט וויסן וועגן עטלעכע לידער וואָס באַשרײַבן, אָדער כאָטש דערמאָנען, דעם יום־טובֿ אָדער דעם מתּן־תּורה, דאָס געבן די ייִדן די תּורה אויפֿן באַרג סיני.

לאָרין סקלאַמבערג, דער קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם „ייִוואָ“ האָט רעקאָמענדירט דאָס ליד „ישׂמח משה“ פֿון ס. גאָזינסקי, וואָס באַשרײַבט דעם מתּן־תּורה אויף אַ פֿריילעכן אופֿן. אָט קען מען הערן ווי דער חזן מרדכי הערשמאַן זינגט עס, באַגלייט פֿון אַן אָרקעסטער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט אין ניו־יאָרק אין 1927.

איציק גאָטעסמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין און אַן עקספּערט וועגן דער ייִדישער מוזיק, האָט פֿאָרגעלייגט אַ ליד וואָס זײַן מאַמע, די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן האָט אָנגעשריבן, „שבֿועות־ליד“. אונטן קען מען הערן ווי אַ קינדערכאָר זינגט עס אויף איר אַלבאָם, „פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג“. כּדי צו זען די ווערטער און נאָטן, גיט אַ קוועטש דאָ.

להיפּוך צו די ערשטע צוויי, זענען ניט אַלע לידער וואָס דערמאָנען שבֿועות פֿריילעכע. די חזנטע, שׂרה מײַערסאָן, און דער שרײַבער און איבערזעצער, אַרעלע ווישוואַנאַט, האָבן ביידע דערמאָנט דאָס פֿאָלקסליד, „שאַ, שטיל נישט געזאָרגט“, וואָס גיט אַן עצה וואָס מע זאָל טאָן, טאָמער עס קומט שבֿועות, און ס׳איז ניטאָ קיין מילכיקס אָדער גרינס. יצחק (צוניע) רײַמער האָט געזונגען דאָס ליד בײַ דער משפּחה גאָטעסמאַן אין דער היים אין די 1980ער יאָרן און איציק גאָטעסמאַן האָט עס דעמאָלט רעקאָרדירט. כּדי צו הערן זײַן נוסח, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.