פֿון וואַרשע: וואַרשטאַטן געווידמעט שעפֿעריש שרײַבן אויף ייִדיש, דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור און וועגעטאַרישע ייִדישע דעסערטןFrom Warsaw: Workshops on Yiddish creative writing, old Yiddish literature and vegetarian Jewish desserts
צווישן די לערער: די פּרעמיערטע ייִדישע שרײַבערין עטל ניבאָרסקי און דער וואַרשעווער וועגאַנישער קעכער מיכאל־דוד לאַכור.
דער 19טער „אינטערנאַציאָנאַלער זומער־סעמינאַר אין ייִדישער שפּראַך און קולטור“ אין וואַרשע וועט הײַיאָר פֿאָרקומען סײַ פּנים־אל־פּנים, סײַ אָנלײַן דורך זום, פֿונעם 28סטן יוני ביזן 16טן יולי.
מע קען זיך פֿאַרשרײַבן אויפֿן פֿולן קורס, אָדער אויף בלויז איינצלנע וואַרשטאַטן און צוגאָב־קלאַסן. אַחוץ די אַוואַנסירטע שפּראַכקלאַסן, געלערנט פֿון נאַטאַליע קריניצקאַ און שרון בר־כּוכבֿא פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ (9:30 אין דער פֿרי ביז 1:30 נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, מאָנטיק ביז פֿרײַטיק, בסך־הכּל 60 לערן־שעה), אָרדנט מען אײַן עטלעכע וואַרשטאַטן און צוגאָב־קלאַסן, וואָס זענען גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן.
עטל ניבאָרסקי, די פּרעמיערטע יונגע ייִדישע שרײַבערין, וועט ווידער אָנפֿירן מיט איר וואַרשטאַט פֿון שעפֿעריש שרײַבן אויף ייִדיש. איר קלאַס וועט פֿאָרקומען יעדן דינסטיק במשך פֿון דער פּראָגראַם, פֿון 7:00 ביז 8:30 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.
אורן כּהן רומן, אַ פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדיש בײַם חיפֿער אוניווערסיטעט, וועט צו דער זעלביקער צײַט האַלטן אַ סעריע רעפֿאַראַטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם מיטל־עלטער און דעם רענעסאַנס.
אַנאַ שיבאַ, אַ פֿאָרשערין בײַם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט , אין וועלכן די סטודענטן וועלן זיך לערנען ווי אַזוי צו דעשיפֿרירן ייִדישע כּתבֿ־ידן אויפֿן סמך פֿון מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט דער „צענטראַלער ייִדישער שול־אָרגאַניזאַציע“. אירע וואַרשטאַטן וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך במשך פֿון דער פּראָגראַם, פֿון 7:00 ביז 8:30 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט. שיבאַ וועט זונטיק, דעם 15טן יולי, 3:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, אויך האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן די „צישאָ“־שולן.
מיכאל־דוד לאַכור, אַ וואַרשעווער וועגאַנער קעכער, וועט אָנפֿירן מיט אַ קאָכוואַרשטאַט געווידמעט עטלעכע דעסערטן אין פֿאַניע לעוואַנדאָס ווילנער וועגאַטאַרישן קאָכבוך. זײַן קאָכקלאַס וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 10טן יולי, 4:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף די קלאַסן און וואַרשטאַטן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO