אַ שמועס מיט אַ יונגן נידערלענדישן ייִדישיסטA conversation with a young Dutch Yiddishist
דער 27־יאָריקער דוד עומר כּהן האַלט בײַם אַרויסגעבן אַ בוך לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, באַגלייט מיט אַ האָלענדישער איבערזעצונג.
דוד עומר כּהן, אַ 27־יאָריקער ייִד, האַלט בײַם אַרויסגעבן אַ בוך פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיימס לידער, באַגלייט מיט אַ האָלענדישער איבערזעצונג.
דערצייל אונדז אַ ביסל וועגן דעם בוך דײַנעם וואָס גייט איצט אַרויס:
דאָס איז אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון די לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, איר צו לאַנגע געזונטע יאָרן. איך האָב אויסגעקליבן לידער פֿון אַלע ביכער וואָס זי האָט אַרויסגעגעבן — ביז הײַנט אַ טוץ ביכער. די איינציקע קריטעריע איז געווען: לידער וואָס איך האָב האָלט, וואָס זײַנען מיר טײַער. איך האָב געפֿונען אַ פֿאַראינטערעסירטן פֿאַרלאַג, גאָט צו דאַנקען. איך האָב אויך צוגעגרייט אַ פּאָדקאַסט אויף נידערלענדיש וועגן רבֿקהס ווערק, מיט אַ פּאָר נײַע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אױף אירע לידער, וואָס הייסט „אָנרירן די צײַט“, כּדי דער היגער עולם זאָל זיך באַקענען מיט אירע ווערק. און פֿאַרן ברייטן ייִדיש־רעדנדיקן עולם, וואָס רעדט נישט קיין נידערלענדיש, האָבן מיר צוגעגרייט אַ טראַנסקריפּציע פֿונעם פּאָדקאַסט אויף ייִדיש.
דו האָסט אַ מאָל געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט איר?
איך האָב אָנגעהויבן דעם דאָזיקן פּראָיעקט בעת דער מגיפֿה, האָב איך ביז אַהער נאָר גערעדט מיט איר טעלעפֿאָניש — אַ דאַנק איר העברעיִשן איבערזעצער, רועי גרינװאַלד.
דו האָסט פֿריִער אַרויסגעגעבן נאָך אַ ייִדיש בוך, אַיאָ? אַ באַנד מיט מרדכי געבירטיגס לידער?
פּונקט מיט אַ יאָר צוריק איז אַרויס יענץ בוך, ווי אויך אַ דאָקומענטאַר וועגן אים. שורה ליפּאָווסקי זינגט דאָרט דאָס ליד, „מינוטן פֿון בטחון“, אױף ייִדיש און נידערלענדיש.
ר׳ דוד, דו ביסט אויך אַ פּאָליגלאָט, אַ בעל־לשון. וויפֿל שפּראַכן קענסטו אין גאַנצן?
פֿערצן.
און ווי אַזוי ביסטו געקומען צו ייִדיש?
איך בין געוואָרן אַ ייִדישיסט מיט אַן ערך צוויי יאָר צוריק. איך בין דעמאָלט געווען אין בערלין, כּדי צו שרײַבן מײַן דאָקטאָראַט וועגן דער אַלט־גריכישער ליטעראַטור. דו ווייסט דאָך, ערשט ווען מען שרײַבט אַ דאָקטאָראַט, געפֿינט מען פּלוצעם צײַט פֿאַר כּלערליי נײַע זאַכן — אַחוץ דעם דאָקטאָראַט. איך האָב דעמאָלט אָנגעהויבן טראַכטן וועגן מײַן אידענטיטעט, וואָס דאָס הייסט צו זײַן אַ נידערלענדער און צו זײַן אַ ייִד אין בערלין. מײַן נאָמען איז דוד עומר כּהן, האָב איך מײַן גאַנץ לעבן געוווּסט, אַז איך בין אַ ייִד. אָבער איך האָב לאַנג נישט געפֿילט קיין שײַכות צו דעם. מײַן משפּחה איז געווען אין גאַנצן אַסימילירט, נישט גערעדט קיין ייִדיש זינט אַ סך דורות. מיר האָבן געהאַט אַ חנוכּה־לעמפּל אין הויז, אָבער אויך דעם „נײַעם טעסטאַמענט“. אפֿילו מיט די באָבע־זיידע האָב איך זיך נישט באמת באַקענט, ווײַל זיי זײַנען אַוועק ווען איך בין געווען גאָר יונג. איין זאַך איז יאָ געווען: אין אונדזער לשון האָבן מיר געניצט אַ סך ייִדישע ווערטער, ווײַל אַ היפּשע צאָל אַזעלכע זײַנען אַרײַן אין דער נידערלענדישער שפּראַך, ספּעציעל פֿון אַמסטערדאַם. איך האָב געזוכט אַ ייִדישע אידענטיטעט און נישט באמת געפֿונען, נישט אינעם חורבן און נישט אין ישׂראל. צום סוף האָב איך זי יאָ געפֿונען אין דער גלות־קולטור, אין ייִדיש, וואָס פֿילט זיך נאָענט, ווײַל איך רעד אַ גערמאַנישע שפּראַך פֿון דער היים און מיר ניצן שוין אַ סך ייִדישע ווערטער.
ווי אַזוי האָסטו זיך אויסגעלערנט ייִדיש?
איין מאָל האָב איך זיך אין בערלין באַקענט מיטן פּאָליגלאָט טימאָטי מעקיוען, וואָס ער רעדט אָן אַ שיעור שפּראַכן. ער רעדט זייער אַ היימיש ייִדיש, ווײַל ער האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אין באָראָ־פּאַרק. און דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געהערט ייִדיש איז געווען פֿון זײַן מויל. ווען ס׳איז געקומען די נײַעס, אַז מע אָרגאַניזירט אַ ייִדישע זומער־פּראָגראַם אין בערלין, האָט ער מיר גלײַך געהייסן זיך צו פֿאַרשײַבן — אַן אוקאַז! דאָרט האָב איך זיך באַקענט מיט דער חבֿרה ייִדישיסטן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, מיט דער משפּחה ניבאָרסקי, און עס האָט מיך אינספּירירט. איך האָב באַשלאָסן ממשיך צו זײַן מיט ייִדיש, און די אַמסטערדאַמער ייִדישיסטישע חבֿרה האָט מיך אויפֿגענומען זייער וואַרעם. איך פֿיל זיך גאָר היימיש מיט זיי און האָב אַפֿילו אָנגעהויבן אַרבעטן מיט זיי אויף יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּס „ייִדיש־נידערלענדישן ווערטערבוך“.
דײַן לשון קלינגט אַ ביסל חסידיש. צי האָסטו געפֿונען חבֿרים מיט וועמען צו שמועסן אין דער חסידישער וועלט?
איך האָב אײַנגעזען, אַז איך דאַרף בײַטן מײַן דיאַלעקט, ווען איך בין געפֿאָרן קיין אַנטווערפּן, כּדי צו קויפֿן ייִדישע ביכער און ספֿרים. ווען איך האָב פּראָבירט צו שמועסן מיט די מענטשן אויף מײַן כּלל־ייִדיש, האָבן זיי מיר געענטפֿערט אויף דײַטש. זיי האָבן געמיינט, אַז איך רעד דײַטש און פּרוּוו אַרײַנצומישן אַ ביסל העברעיִשע ווערטער. דער בעל־הבית פֿון אַ כּשרן רעסטאָראַן האָט מיר דערקלערט, אַז דאָרט רעדט מען אַ פּויליש ייִדיש — פֿאַראַן זייער ווייניק ליטוואַקעס. איך האָב געטראַכט, אַז אויב איך וויל רעדן מיט די לײַט אין אַנטווערפּן, דאַרף איך בײַטן (בעסער געזאָגט: טוישן) מײַן דיאַלעקט אַ ביסל. איך בין שוין געפֿאָרן דרײַ מאָל קיין אַנטווערפּן, און איך האָב זיך אויך באַקענט מיט פֿרומע ייִדן און געװעזענע חסידים איבער דער אינטערנעץ.
צי שרײַבסטו אויך אייגענע אָריגינעלע זאַכן אויף ייִדיש?
צוויי לידער אויף ייִדיש, רעדאַקטירט פֿון דובֿ־בער קערלער און וועלוול טשערנין, וועלן דערשײַנען אינעם זומער־נומער פֿון „ייִדישלאַנד“.
און טראַכסטו אויך איבערצוזעצן אויף ייִדיש, נישט נאָר פֿון ייִדיש?
איך וואָלט געוואָלט איבערזעצן און שרײַבן װעגן זאַכן, וואָס זײַנען אומבאַקאַנט פֿאַר ס׳רובֿ ייִדישיסטן, למשל, פֿון דער אַלט־גריכישער ליטעראַטור. איך האָב אָנגעהויבן צו לייענען און צו רעקאָרדירן אַ מין קלאַנגבוך פֿון מ. ל. פּעטשעניקס ייִדישער איבערזעצונג פֿון האָמערס „אָדיסייע“. איך לייען פֿאָר דעם טעקסט צוזאַמען מיט גוסטאַוואָ עמאָס און נח באַרעראַ און רעד מיט זײ דערװעגן. אם־ירצה־השם וועלן מיר הײַיאָר פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט. איך וויל אויך אָפּשפּיגלען אין מײַן ייִדיש־אַרבעט די מולטיקולטורעלע רעאַליטעט, וואָס איך זע דאָ אין אַמסטערדאַם. למשל, איבערזעצן ווערק פֿון דער ליטעראַטור פֿון סורינאַם. סורינאַם איז אַ קליין לאַנד אין דרום־אַמעריקע, אַ געוועזענע האָלענדישע קאָלאָניע מיט אַ האַלבן מיליאָן אײַנוווינערס און זיבעצן קולטורן — אָבער קיינער ווייסט גאָרנישט וועגן אים! אין דער ׳קעיזערסטראַאַט׳ אין פּאַראַמאַריבאָ שטייט די שול גלײַך לעבן דעם מעטשעט, און די מוסולמענער לעבן צוזאַמען מיט די ייִדן בשלום און מיט דרך־ארץ. הלװאַי זאָל איך געפֿינען די װערטער, כּדי צו שרײַבן אױף ייִדיש װעגן אַזאַ לאַנד!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO