Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גריכיש ווי אַ ייִדישע שפּראַךGreek as a Jewish language

די גמרא באַטראַכט די קשיא: וועלכע פֿון דרײַ שפּראַכן איז די בעסטע ווי אַ שמועס־לשון?

נישט לאַנג צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן אַנטדעקט נײַע פֿראַגמענטן פֿון מגילות־ים־המלח אין אַ הייל בײַם מערבֿדיקן ברעג פֿון דער באַרימטער זאַלציקער אָזערע. די פֿאָרשער גלייבן, אַז דאָס געפֿינס באַטרעפֿט אַ פֿריִער פֿאַרלוירענעם טייל פֿון אַן אַנדער מגילה, אַנטדעקט אין 1961. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די פֿראַגמענטן זענען פֿאַרשריבן אויף גריכיש.

ס׳רובֿ ייִדן כאַפּן זיך מסתּמא נישט, אַז במשך פֿון, צום ווייניקסטן, 2,500 יאָר איז גריכיש געווען, און אין אַ געוויסער מאָס בלײַבט נאָך אַלץ, איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע שפּראַכן. די נײַ־אַנטדעקטע טעקסט־פֿראַגמענטן אַנטהאַלטן צוויי פּסוקים פֿונעם נבֿיא זכריה און נאָך צוויי פֿונעם נבֿיא נחום. ד״ר יוסף עוזיאל – אַן אַרכעאָלאָג, וועלכער פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פֿון די מגילות־ים־המלח בײַ דער ישׂראלדיקער אַנטיק־אינסטאַנץ – האָט דערקלערט, אַז אַזעלכע געפֿינסן זענען גאָר וויכטיק צוליב פֿאַרשיידענע וואַריאַציעס פֿונעם טעקסט. אין די אַנטדעקטע פֿראַגמענטן שיידט זיך דער נוסח אַ ביסל אונטער פֿון דער הײַנטיקער סטאַנדאַרטער גריכישער איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך – די סעפּטואַגינטע.

צווישן די חז”ל אין דער גמרא איז פֿאַראַן אַ מחלוקת: וועלכע שמועס־שפּראַך איז בעסער פֿאַר ייִדן: גריכיש, אַראַמיש (בבֿליש) צי פּערסיש? רבי יהודה הנשׂיא, דער רעדאַקטאָר פֿון די משניות, האָט געהאַלטן, אַז גריכיש איז די בעסטע ניט־ייִדישע שפּראַך פֿאַרן טאָג־טעגלעכן באַנוץ. אין דער צײַט, ווען ס׳איז נאָך געשטאַנען דער צווייטער בית־המיקדש, איז אין אַלעקסאַנדיע געווען אַ ריזיקע ייִדישער ייִשובֿ – מעגלעך, גרעסער, ווי די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין ארץ־ישׂראל. פֿונעם ארץ־ישׂראלדיקן קוקווינקל זענען אָבער די דאָרטיקע ייִדן געווען אַ מין משׂכּילים: מאָדערנע, פֿילאָסאָפֿיש געשטימטע, וועלטלעך געבילדעטע און לאַוו־דווקא שטרענג פֿרומע. פֿון דעסט וועגן, איז גריכיש אויך געווען פּאָפּולער אין ארץ־ישׂראל. בסך־הכּל, זענען 27 פֿון די מגילות־ים־המלח אָנגעשריבן אויף גריכיש.

נישט זעלטן האָבן ייִדן געשריבן אויף גריכיש מיט ייִדישע אותיות. אינעם אוראַלטן מאַגישן „ספֿר הרזים‟ איז פֿאַראַן אַ לאַנגע פֿראַזע אויף ייִדיש־גריכיש – אַ כּישוף־תּפֿילה, אָנגעווענדט צו דער זון, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם אייבערשטן. דער טעקסט פֿון „ספֿר הרזים‟ שמעקט מיט עבֿודה־זרה און מיט דער העלעניסטישער שיטה פֿון ייִדישקייט. מע איז זיך משער, אַז עס שטאַמט פֿונעם 3טן אָדער 4טן יאָרהונדערט.

אַ סך גריכיש־ייִדישע טעקסטן געפֿינען זיך אין דער קאַיִרער גניזה, אַרײַנגערעכנט פּריוואַטע בריוו, פּסחדיקע הגדות, תּנ״ך־פּירושים און תּנ״כישע איבערזעצונגען. די שפּראַך פֿון די דאָזיקע דאָקומענטן איז געוויינטלעך אַן אויסמיש פֿון גריכיש מיט לשון־קודש. גריכישע ווערטער טרעפֿן זיך אויך כּסדר אין פֿאַרשיידענע קבלה־ספֿרים. למשל, אינעם אוראַלטן ספֿר „רזיאל המלאך‟, וואָס אַ סך הײַנטיקע חסידים האַלטן בײַ זיך אין דער היים ווי אַ סגולה קעגן שׂרפֿות און אַנדערע אומגליקן, שטייט געשריבן, אַז די נעמען פֿון אַלטע גריכישע געטער זענען, אין דער אמתן, די שמות פֿון געוויסע מלאָכים, וואָס קאָנטראָלירן די פּלאַנעטן. למשל, דער מלאַך – אָדער גיכער אַ מלאכטע – הייסט נאָכן פּלאַנעט ווענערע „אַפֿראָדיטע‟, און דער מלאך פֿון מערקורי – „הערמעס‟.

אין גריכנלאַנד האָבן די אָרטיקע ייִדן – ראָמאַניאָטן – גערעדט אויף ייִדיש־גריכיש און אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי טעקסטן אויף גריכיש מיטן ייִדישן אַלף־בית, פֿון חתונה־לידער ביז גאַנץ ערנסטע ספֿרים. די כּתובות פֿלעגט מען אין גריכנלאַנד אויך שרײַבן אויף גריכיש מיט ייִדישע אותיות. אַ קליינע צאָל ייִדן אין דער גריכישער שטאָט יאַנינע רעדן נאָך אַלץ אויף זייער אייגנאַרטיקן דיאַלעקט, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ צפֿונדיקן דיאַלעקט פֿונעם הײַנטיקן גריכיש מיט אַ ממשותדיקער צאָל לשון־קודשדיקע ווערטער.

אין דעם יו־טוב, קען מען הערן ווי אַ ניו־יאָרקער ייִד, סאָל מציל, רעדט אויף ייִדיש־גריכיש:

צום באַדויערן, גייט די שפּראַך אונטער. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז דער מאָדערנער ייִדיש־גריכיש, אויך באַקאַנט ווי יווניש, איז נישט אַזאַ שפּראַך פֿאַר זיך, ווי ייִדיש. בעצם איז עס פּשוט גריכיש מיט לשון־קודשדיקע עלעמענטן – בערך אַזוי ווי דער ישיבֿישער ענגליש אין דער הײַנטיקער אַמעריקע. פֿון דעסט וועגן, איז עס אַן אַלטער אוניקאַלער גריכישער דיאַלעקט. אויפֿן געוויינטלעכן ליטעראַרישן מאָדערנעם גריכיש רעדן ייִדן אין גריכנלאַנד ווײַטער, צומישנדיק געוויסע ספּעציפֿיש־ייִדישע טערמינען.

באַקומט זיך, אַז די נײַ־אַנטדעקטע פֿראַגמענטן פֿון די מגילות־ים־המלח זאָגן עדות וועגן דעם גאָר לאַנגן באַנוץ פֿון גריכיש בײַ ייִד, וואָס גייט ווײַטער אָן ביזן הײַנטיקן טאָג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version