ייִדיש־קורס נעמט אַרײַן לייענקרײַז פֿונעם דראַמאַטורג דניאל גלאַיס ווערקYiddish course includes reading and discussion of playwright Daniel Galay’s work
דער מחבר וועט פֿאָרלייענען פֿון זײַנע נײַע פּיעסעס און זיי אַרומרעדן מיט די סטודענטן.
די סאַן־דיעגאָער אָרגאַניזאַציע, YAAANA, (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע“), אָרדנט אײַן אַן אינטענסיווע זומער־פּראָגראַם מיט ייִדיש־קלאַסן אויף פֿיר ניוואָען און אַן אינטענסיוון וואַרשטאַט פֿאַר אַקטיאָרן.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק, דעם 7טן יוני, ביז דאָנערשטיק, דעם 17טן יוני.
פֿאַר די אַוואַנסירטע סטודענטן שטעלט מען צו אַ פּראָגראַם פֿון דרײַ קלאַסן אויף ייִדיש: אַ לייענקרײַז מיט אַ ייִדישן דראַמאַטורג; אַ שפּראַכקלאַס געווידמעט די אויטאָביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבער און אַ שמועסקרײַז.
דער שרײַבער און דראַמאַטורג דניאל גלאי וועט אָנפֿירן מיט אַ לייענקרײַז געווידמעט די פּיעסעס אין זײַן אַנומלטיקן באַנד, „די מוזעס שוײַגן נישט“. ער וועט פֿאָרלייענען פֿון די פּיעסעס און זיי אַרומרעדן מיט די סטודענטן. דער לייענקרײַז וועט פֿאָרקומען יעדן מאָנטיק ביז דאָנערשטיק, פֿון 12:45 נאָך מיטאָג ביז 1:45 נאָך מיטאָג.
שבֿע צוקער וועט לערנען דעם אַוואַנסירטן שפּראַכקלאַס במשך פֿון איין וואָך, און יעקבֿ באַסנער וועט אים לערנען די צווייטע וואָך. אינעם קורס וועט מען לייענען אויסצוגן פֿון די אויטאָביאָגראַפֿיעס פֿון די שרײַבער קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, שמערקע קאַטשערגינסקי און גינע מעדעם און זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער גראַמאַטיק אויפֿן סמך פֿון זייערע ווערק. דער קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק ביז דאָנערשטיק, 11:00 אין דער פֿרי ביז 12:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
מרים אײַזיקס וועט אָנפֿירן מיט אַ שמועסקרײַז, אין וועלכן די סטודענטן וועלן פֿאָרלייענען און דיסקוטירן לידער פֿון רחל קאָרן. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען זיך אויך דערוויסן ווי אַזוי צו פּליאָטקעווען אויף ייִדיש נוצנדיק היימישע אויסדרוקן. איר קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק ביז דאָנערשטיק, 2:00־3:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
דער שׂכר־לימוד איז $315 פֿאַר סטודענטן און $350 פֿאַרן ברייטן עולם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
אין צוזאַמענהאַנג מיט די שפּראַכקלאַסן אָרדנט מען אויך אײַן אַ וואַרשטאַט פֿאַר אַקטיאָרן געלערנט פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער. די סטודענטן וועלן צוזאַמען רעפּעטירן און פֿאָרשטעלן אַהרן לוצקיס פּיעסע, די חתונה.
דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, שבת און זונטיק, פֿונעם 5טן ביזן 20סטן יוני, פֿון 12:00 ביז 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. דער שׂכר־לימוד איז $144.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO