Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿונעם אַרכיוו: ווי דער פֿאָרווערטס האָט זיך אַ מאָל באַצויגן צו זײַנע לייענערינסFrom the archives: How the Forverts historically related to its women readers

כאָטש מע האָט געגעבן נוצלעכע עצות, זענען טייל אַרטיקלען ניט געווען אַזוי פּראָגרעסיוו ווי מע וואָלט זיך געריכט פֿון אַ סאָציאַליסטישער צײַטונג.

במשך פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, איז דער ציל פֿונעם רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, געווען זייער קלאָר: נישט בלויז איבערגעבן די נײַעס צו די ייִדישע אימיגראַנטן אויף אַ שפּראַך וואָס זיי האָבן געקענט, אָבער אויך העלפֿן זיי זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; בפֿרט — צו ווערן אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אַלגעמיינער אַרבעטער־באַוועגונג.

אין דער אַזוי־גערופֿענער פֿרויען־זײַט פֿון דער צײַטונג, זעט מען אָבער אַ געוויסע אַמביוואַלענץ וועגן אַזאַ ציל. אמת, אַ סך פֿון די פֿאָרווערטס־לייענערינס אין יענע יאָרן האָבן געהאַט שטעלעס, און טאַקע דערפֿאַר האָט דער פֿאָרווערטס זיי געמוטיקט צו ווערן אַקטיוו אינעם פּאָליטישן לעבן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָט מען אויף דער פֿרויען־זײַט אָפּגעדרוקט אַרטיקלען אויף טעמעס, וואָס האָבן גיכער געפּריידיקט אַ מער טראַדיציאָנעלן צוגאַנג צו דער פֿרוי.

אינעם נומער פֿונעם 15טן מאַרץ 1925, למשל, אונטערן קאָפּ „פֿרויען־אינטערעסן (פֿאַקטן און מיינונגען וועגן דעם לעבן אין דער לאַגע פֿון דער פֿרוי)‟, זעט מען אַ רובריק, „נאָטיצן פֿון דער פֿרויען־וועלט‟, וואָס גיט איבער אַ ריי פּאָליטישע ידיעות וועגן דעם קאַמף פֿאַר שטימרעכט פֿאַר פֿרויען.

איינע פֿון די ידיעות דערציילט, אַז דער פּאַרלאַמענט אין בעלגיע איז זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען, ווײַל די קלעריקאַלן אין איין טייל פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי זײַנען געווען פֿאַר „סאָפֿרעדזש‟ (דער קאַמף צו געבן פֿרויען שטימרעכט), בשעת די ליבעראַלן און דער צווייטער פֿליגל פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי האָבן נישט געוואָלט געבן די פֿרויען קיין שטימרעכט. (אינטערעסאַנט, אַז געוויסע סאָציאַליסטן, וועלכע האָבן אַזוי קעמפֿעריש פֿאַרטיידיקט גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע אַרבעטער, האָבן נישט געהאַלטן, אַז די פֿרויען מוזן קריגן די זעלבע רעכט.)

Fashion

אַ סעריע מאָדע־פֿאָטאָגראַפֿיעס וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אינעם פֿאָרווערטס Image by Forward Archive

די רובריק גיט אויך איבער, אַז אַ געזעץ־פּראָיעקט אין ענגלאַנד, וואָס האָט דערמעגלעכט צו געבן פֿרויען שטימרעכט צו 21 יאָר, איז דורכגעפֿאַלן אינעם פּאַרלאַמענט, ווײַל „אין ענגלאַנד זענען די פֿרויען זייער טעטיק אין פּאָליטישן לעבן, און אַזוי ווי עס זענען פֿאַראַן איבער אַ מיליאָן מער פֿרויען ווי מענער אין ענגלאַנד, האָט מען מורא פֿאַר דעם אײַנפֿלוס פֿון פֿרויען־׳וואָוט׳ (די פֿרויען־שטימע), אויב מען וועט זיי געבן די זעלבע רעכט ווי די מענער.‟

די סיבה פֿאַר וואָס עס האָבן דעמאָלט געלעבט אַ מיליאָן מער פֿרויען ווי מאַנסבילן איז, אַ פּנים, צוליב דער גרויסער צאָל אומגעבראַכטע סאָלדאַטן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.

הגם עס שטייט נישט געשריבן ווער ס׳איז דער מחבר פֿון די „נאָטיצן פֿון דער פֿרויען־־וועלט‟, האָט די היסטאָריקערין, מאַקסין סעלערס, דערקלערט, אַז דאָס איז געווען די זשורנאַליסטקע, ד״ר אסתּר לוריא, אַן אַקטיווע בונדיסטקע פֿון וואַרשע, וואָס איז אין 1906 פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר צוליב אירע רעוואָלוציאָנערע אַקטיוויטעטן, און איז זעקס יאָר שפּעטער אַנטלאָפֿן קיין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געוואָרן אַ זשורנאַליסטקע אין דער לינק־געשטימטער פּרעסע — אין „צוקונפֿט“, „גלײַכהייט‟ און דעם פֿאָרווערטס.

אין אַן אַרטיקל (אויף ענגליש) וועגן דער פֿרויען־זײַט פֿונעם פֿאָרווערטס, וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם Journal of Ethnic Studies אין 1988, האָט ד״ר סעלערס איבערגעגעבן, אַז לוריא האָט אויך געשריבן וועגן אַנדערע פּאָליטישע טעמעס אין שײַכות מיט פֿרויען, ווי, למשל, די נידעריקע שׂכירות פֿון די פֿרויען־אַרבעטער, און די וויכטיקייט פֿון שאַפֿן אַ קינדער־טעאַטער, כּדי די קינדער זאָלן האָבן מיט וואָס זיך צו באַשעפֿטיקן נאָך דעם ווי די מאַמע גייט צו דער אַרבעט.

הגם די „נאָטיצן פֿון דער פֿרויען־וועלט‟ האָבן געמוטיקט די לייענערינס צו שפּילן אַן אַקטיווע ראָלע אינעם פּאָליטישן לעבן פֿון לאַנד, האָבן אָבער די אַנדערע אַרטיקלען אויף דער פֿרויען־זײַט געפּריידיקט אַ גאָר אַנדערן צוגאַנג. אין איין אַרטיקל, למשל, „פֿרויען וואָס נעמען אָנטייל אין זייערע מענערס ביזנעס זײַנען ניט אַלע גליקלעך‟ (פֿונעם 15טן מאַרץ 1925), דערציילט די מחברטע, יהודית קאָפּף, ווי דאָס צוזאַמענלעבן פֿון אַ יונג פּאָרפֿאָלק, מאָריס און בעלאַ, גייט באַרג אַראָפּ צוליב דעם וואָס ביידע אַרבעטן; און שולדיק, שרײַבט זי, איז בעלאַ.

די מעשׂה איז אַזאַ: מאָריס און בעלאַ האָבן ביידע געאַרבעט, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די הכנסה אין שטוב, און לכתּחילה האָט עס מאָריסן נישט געאַרט. מיט דער צײַט האָט מאָריס אָבער געוואָלט יעדן אָוונט, אָדער כאָטש עטלעכע אָוונטן אַ וואָך, אַרויסגיין מיט בעלאַן, זיך זען מיט פֿרײַנד אָדער גיין אין אַ „מוּווי‟ (קינאָ). אָבער בעלאַ האָט נישט געוואָלט, ווײַל כאָטש מאָריס האָט אַ ביסל צוגעהאָלפֿן מיט דער הויז־ווירטשאַפֿט דורך וואַשן דאָס געפֿעס נאָך וועטשערע, האָט בעלאַ געטאָן ס׳רובֿ פֿון דער אַרבעט. יעדן אָוונט האָט זי געדאַרפֿט אײַנקויפֿן עסן, צוגרייטן וועטשערע, רייניקן דאָס מעבל און אויך נאָכקוקן מאָריסעס זאַכן. „איצט לעבן מאָריס און בעלאַ ווי צוויי קעץ אין איין זאַק,‟ שרײַבט קאָפּף.

„ווער איז שולדיק? בעלאַ, פֿאַרשטייט זיך. קיין מענטש קען נישט טאָן צוויי דזשאָבס מיט אַ מאָל און זײַן דערפֿאָלגרײַך אין ביידע. אַ מענטש וואָס אַרבעט זיך אָן אין שאַפּ אָדער סטאָר אָדער אָפֿיס, טאָר זיך ניט פֿאַרנעמען צו טאָן הויז־אַרבעט, ווען ער קומט אַהיים.‟

קאָפּף שרײַבט ווײַטער, אַז ס׳איז שווער פֿאַר אַ מאַן ליב צו האָבן „די נערוועזע, פֿאַרמאַטערטע, אָפֿט ניט־פֿאָרזיכטיק פֿאַרקעמטע פֿרוי, וואָס האַלט אין איין פֿאָדערן פֿון אים, אַז ער זאָל איר זײַן דאַנקבאַר, און געדענקען, אַז זי אַרבעט בײַ טאָג און בײַ נאַכט… אַ פֿרוי וואָס נעמט זיך מיט איר פֿרײַען ווילן, ניט געצוווּנגען, צו אַרבעטן אין הויז און אויסערן הויז, פֿאַרדינט, אַז דער מאַן זאָל זי ניט גוט באַהאַנדלען.‟

Yiddish Ad

אַ רעקלאַמע אינעם פֿאָרווערטס

קאָפּפֿס פּסק קעגן דער שווער־אַרבעטנדיקער פֿרוי, בעלאַ, איז אַ שאַרפֿער קאָנטראַסט אַנטקעגן לוריאס לויב פֿאַר דער אַרבעטאָרין, און רופֿט דערפֿאַר אַרויס אַ שטיקל חשד, צי יהודית קאָפּף איז טאַקע אַ פֿרוי, צי אפֿשר גאָר דער פּסעוודאָנים פֿון אַ מאַן, וואָס איז שטאַרק פֿאַרביטערט קעגן פֿרויען וואָס אַרבעטן. דאָס וואָלט נישט געווען קיין חידוש, ווײַל, ווי לוריא האָט געשריבן, זענען אַ טייל פֿון די מענער אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי דעמאָלט טאַקע געווען געשטימט קעגן גלײַכע רעכט פֿאַר פֿרויען.

לויט אַ רשימה פּסעוודאָנימען פֿון פֿאָרווערטס־זשורנאַליסטן, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אינעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו, האָבן מאַנסבילן, פֿון צײַט צו צײַט, טאַקע אָנגענומען אַ פֿרוייִשן נאָמען, בײַם שרײַבן אַרטיקלען פֿאַר דער פֿרויען־זײַט פֿונעם פֿאָרווערטס;למשל, אינעם אַרטיקל, „די ׳באַרגענס׳ [מציאות] אין די דעפּאַרטמענט־סטאָרס‟, פֿונעם 7טן יוני 1953, ווײַזט זיך אַרויס, אַז די מחברטע, גאָלדע מילער, איז נישט קיין פֿרוי, נאָר דער הומאָריסט, יוסף־שמעון גאָלדשטיין. הגם דער נאָמען „יהודית קאָפּף‟ געפֿינט זיך נישט אין דער פּסעוודאָנימען־רשימה, איז נאָך אַלץ מעגלעך, אַז קאָפּף איז נישט דער אמתער נאָמען, ווײַל ווי עס זעט אויס, פֿיגורירן אין דער רשימה בלויז די פּסעוודאָנימען פֿון די שפּעטערדיקע שרײַבער, און זי נעמט נישט אַרײַן די מיטאַרבעטער פֿון 1925.

במשך פֿון די יאָרן צווישן 1917 און 1959, איז זייער אַ פּאָפּולערע שרײַבערין אויף די פֿרויען־זײַטן געווען רעגינע פֿרישוואַסער. פֿרישוואַסער האָט געעצהט די לייענערינס אָנצונעמען מער „אַמעריקאַנער‟ מאַניערן, ווי, למשל, אַז זיי זאָלן רעדן שטילער און נישט אַזוי אַגרעסיוו, ווי זיי זענען געווען צוגעוווינט אויפֿן מאַרק אין די אַמאָליקע שטעטלעך אין מזרח־אייראָפּע. זי האָט אויך געשריבן וועגן דער קונסט פֿון שמייכלען און קריגן פֿרײַנד, און ווי אַזוי אַ מיידל דאַרף זיך באַציִען צו אַ מאַן, וואָס דריקט אויס ליבע פֿאַר איר.

אינעם אַרטיקל „אַלטע טענות און נײַע חתונות‟ (דעם 19טן יאַנואַר 1919), קריטיקירט פֿרישוואַסער דעם עסיי פֿון אַ מיטאַרבעטער, אַ מאַנסביל, וואָס פֿרעגט, מיט פֿאַראיבל, פֿאַר וואָס אַ מאַן, וואָס וויל „הײַראַטן‟, דאַרף זיך אַזוי לאַנג בעטן און קניִען פֿאַר דער פֿרוי, ביז זי זאָגט אים דעם גאָלדענעם „יאָ‟, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי גאַרט אויך חתונה צו האָבן. אינעם אַרטיקל דערקלערט פֿרישוואַסער: ”די פֿרוי איז זײַט יאָרן־הונדערטער דערצויגן געוואָרן גראַדע אונטערצודריקן אירע ליבעס־געפֿילן, אַז זי זאָל זײַן אין אַזעלכע פֿאַלן פּאַסיוו… ווי וואָלט אַ פֿרוי אויסגעזען בײַ איר געליבטן, ווען זי זאָל פֿאַלן פֿאַר אים אויף די קני און זיך בעטן, אַז ער זאָל מיט איר הײַראַטן? אויב דער מאַן האָט אַ מאָל אַזעלכע רעספּעקטירט און אַ ביסל געליבט, וועט ער דאַן זי פֿאַראַכטן, און דערמיט וועט זיך ענדיקן איר ראָמאַנס.‟

פֿרישוואַסער האָט יאָרן לאַנג אויך אָנגעפֿירט מיט אַ קאָך־רובריק, „עסט געזונטערהייט‟, וווּ זי האָט אָנגעגעבן די רעצעפּטן פֿון פֿאַרשידענע מינים מאכלים און אויך געענטפֿערט אויף פֿראַגן פֿון אירע לייענערינס — ווי, למשל: פֿאַר וואָס מע דאַרף געברויכן וואַרעמע מילך פֿאַר פּאָטייטאָס (קאַרטאָפֿל), אָדער ווי אַזוי אויסצומײַדן, אַז אַ טאָרט זאָל נישט אײַנפֿאַלן.

דער קאָך־אָפּטייל האָט געשפּילט אַ טאָפּלטע ראָלע: פֿון איין זײַט, האָט עס געלערנט די פֿרויען, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, ווי צוצוגרייטן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים. אָבער אַ צווייטער ציל איז געווען צו ווײַזן די בעל־הביתטעס ווי אַזוי צו ניצן די נײַע, אינדוסטריעל־געפּאַקטע פֿון פּושקעס עסן בײַם קאָכן, כּדי זיי זאָלן נישט דאַרפֿן שעהען לאַנג האָרעווען אין קיך, ווי זייערע מאַמעס האָבן געטאָן.

גאַנץ אָפֿט האָט דער פֿאָרווערטס אָרגאַניזירט קאָך־פֿאַרמעסטן. אינעם נומער פֿונעם 15טן יאַנואַר 1938, ווערן אויסגערעכנט די נעמען פֿון די געווינער, זייערע רעצעפּטן און וויפֿל געלט זיי האָבן געוווּנען. אסתּר שענהייט פֿון שיקאַגע, אילינוי, האָט געוווּנען $1 פֿאַר איר רעצעפּט, „אַ קוגל פֿון געלן סקוואַש (קאַבאַק)“, און מיסעס ר. מאַרקוס, פֿון אינדיאַנע, פּענסילוועניע, האָט אויך געוווּנען $1 פֿאַר איר דעסערט, „ווייכע אויטמעל קוקיס‟ (האָבערגריץ־קיכלעך).

די פֿרויען־זײַט האָט אויך רעגלמעסיק אָפּגעדרוקט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די לעצטע מאָדעס פֿרויען־קליידער, און האָט יאָרן לאַנג אַפֿילו צוגעשטעלט די ניי־מוסטערס, פֿאַר די פֿרויען, וואָס האָבן גענייט די אייגענע קליידער.

„די מאָדע־זײַט איז געווען זייער פּאָפּולער,‟ האָט באַמערקט פֿעני דזשייקאָבסאָן, וועלכע האָט געאַרבעט אינעם פֿאָרווערטס פֿון 1948 ביז איר פּענסיע אין 1999. „איין מאָל האָט אַ פֿרוי אָנגעקלונגען אין רעדאַקציע מיט אַ טענה, פֿאַר וואָס די מאָדע־זײַט ניצט דאָס וואָרט ׳הענטשקע׳, אַז דאָס איז נישט ייִדיש. ווײַזט זיך אויס, זי האָט נישט געקענט אַ גוטן ייִדיש, ווײַל זי האָט געמיינט, אַז ׳הענטשקע׳ מיינט handkerchief. מיר האָבן זיך גוט אָנגעלאַכט וועגן דעם.‟

אין 1974 איז צירל שטיינגאַרט געוואָרן אַ מיטאַרבעטערין פֿונעם פֿאָרווערטס און האָט איינע אַליין אָנגעפֿירט מיט דער פֿרויען־זײַט, „די פֿרוי און די היים‟, וואָס איז, בדרך־כּלל, באַשטאַנען פֿון קאָך־רעצעפּטן. (אָפֿט מאָל האָט זי געניצט די פּסעוודאָנימען שׂרה בערקאָוויטש, נינאַ בלום אָדער חנה לאַסמאַן.) די רובריק איז שוין דעמאָלט אָבער געווען אַ סך קלענער, בלויז אַ פֿערטל פֿון דער זײַט. צום טייל, איז עס געווען אַ באַווײַז פֿונעם אָנגעווייטיקטן מצבֿ פֿון ייִדיש אין אַמעריקע: דער ייִנגערער דור פֿרויען האָט שוין גיכער געוואָלט לייענען ענגלישע צײַטונגען, איידער די ייִדישע.

ס׳איז אָבער אויך מעגלעך, אַז די פֿרויען־זײַט איז פּשוט געווען ווייניקער וויכטיק ווי פֿריִער, ווײַל די פֿרויען אין די 1970ער יאָרן זענען געווען מער געבילדעט ווי פֿריִער, און דעריבער האָבן זיי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַ סך טעמעס, און נישט בלויז אַרטיקלען וועגן דער קיך און דער היים. איצט האָבן זיי אויך געקענט לייענען און זיך דערוויסן וועגן די נײַעס אינעם „ווײַסן הויז‟, אין ישׂראל און איבער דער וועלט, פּונקט אַזוי פֿליסיק ווי זייערע מענער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.