Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ל׳׳ג־בעומר טראַגעדיע רופֿט אַרויס מיאוסע אַנטי־חרדישע סענטימענטןLag B’Omer tragedy elicits ugly anti-Haredi sentiments

נישט אַלע וואָס האָבן עולה־רגל געווען אַהין זענען פֿרומע, און ווײַט נישט אַלע – חרדים.

ווי ס׳איז שוין אַלעמען גוט באַקאַנט, זענען 45 מענטשן אומגעקומען און 150 פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אינעם שרעקלעכן מאַסן־שטופּעניש בעת דעם יערלעכן פּראַווען ל״ג־בעומר אין מירון, דעם 30טן אַפּריל.

פּערזענלעך, האָט מיך פֿאַרטרויערט און שאָקירט נישט בלויז די טראַגעדיע גופֿא, נאָר אויך פֿאַרשיידענע אינטערנעץ־דיסקוסיעס אין שײַכות מיט איר. דער אינצידענט האָט גורם געווען אַ נײַע כוואַליע העסלעכע אַנטי־רעליגיעזע דעבאַטן – אויף ענגליש, אויף העברעיִש, אויף פֿראַנצויזיש, אויף רוסיש און, מעגלעך, אַנדערע שפּראַכן – וואָס מע קאָן כאַראַקטעריזירן נישט אַנדערש, ווי צינישע אָדער אוממענטשלעכע. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין געוויסע קרײַזן האָט די טראַגעדיע אַרויסגערופֿן גיכער אַ שׂימחה – אַ סיבה נאָך מער פֿײַנט צו האָבן די חרדים!

עטלעכע באַקאַנטע – על־פּי־רובֿ רוסיש־רעדנדיקע – האָב איך געמוזט אַרויסוואַרפֿן פֿון מײַן פֿרײַנד־ליסטע אויפֿן פֿייסבוק, ווײַל זיי זענען פֿאַרגאַנגען מיט זייער שׂינאה גאָר ווײַט: אַז די פֿרומע זענען אַליין שולדיק אין זייערע צרות און ס׳איז אַפֿילו „בעסער‟, חס־וחלילה, אַז אַ טייל פֿון זיי זאָלן שטאַרבן, כּדי די אַנדערע זאָלן פֿון דעם זיך אָפּלערנען אַ משל. אַזעלכע רייד, בפֿרט גלײַך נאָך אַ גרויסער טראַגעדיע, זענען פּשוט עקלדיק.

אַגבֿ, פֿאַרוואָס דווקא חרדים? אין מירון פֿאַרזאַמלט זיך אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער עולם. נישט אַלע עולי־רגל אַהין זענען פֿרומע, און ווײַט נישט אַלע – חרדים. אַ גרויסן טייל פֿון זיי באַטרעפֿן טראַדיציאָנעלע, אָבער לאַוו־דווקא עכט פֿרומע ספֿרדים.

לאָמיר זיך אָבער פֿאָרשטעלן, אַז דער עולם איז דאָרט געווען דורכאויס אַ חרדישער. מיט 9 יאָר צוריק האָב איך, ווי אַ זשורנאַליסט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, באַזוכט די ריזיקע פֿרומע אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ. בערך 60,000 מענטשן, כּמעט אויסשליסלעך חרדים און חסידים פֿון פֿאַרשיידענע מינים, האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרזאַמלט אויף צוויי גרויסע ניו־יאָרקער סטאַדיאָנען. קיינער האָט נישט געליטן פֿון קיין שטופּעניש, ווײַל סטאַדיאָנען און אַנדערע ערטער פֿון מאַסן־אונטערנעמונגען אָרגאַניזירט מען, האָבנדיק אַלע מעגלעכע לאָגיסטיק־פּראָבלעמען פֿון אָנהייב אָן אין זינען.

פֿון דעסט וועגן, זענען שרעקלעכע אינצידענטן אויף גרויסע סטאַדיאָנען אויך נישט קיין נאָווענע. למשל, 73 מענטשן זענען אומגעקומען אין מאַנילע, פֿיליפּינען, צוליב אַ גרויס שטופּעניש אין 2006. באַקומט זיך, אַז דאָס האָט אַבסאָלוט גאָרנישט צו טאָן מיט רעליגיע. מע מוז פּשוט בעסער אָרגאַניזירן אונטערנעמונגען פֿון אַזאַ גרויסן פֿאַרנעם.

געוויסע פֿײַנטהאָבער פֿון פֿרומע ייִדן האָבן גערופֿן בכלל צו פֿאַרווערן „די יערלעכע באַרבאַרישע פֿײַער־משוגעתן‟ אין מירון. אין דער אמתן, זענען פֿאַרשיידענע פֿײַער־חגאות ברייט פֿאַרשפּרייט אויף דער גאָרער וועלט בערך אין דער זעלבער צײַט, ווי ל״ג־בעומר. געוויינטלעך האָבן זיי גאָרנישט צו טאָן מיט וועלכער־ניט־איז רעליגיע. ס׳זעט אויס, אַז אין דער מענטשלעכער נאַטור שטעקט עפּעס אַ נטיה צו באַגעגענען דעם פֿרילינג און זומער מיט פֿײַער. איז וואָס זשע? דאַרף מען דאָס אויך פֿאַרווערן ווי „באַרבאַרישקייט‟?

אינטערעסאַנטע און דווקא מענטשלעכע אַרגומענטן האָט אַרויסגעזאָגט אויפֿן פֿייסבוק קסעניאַ סוועטלאָוואַ – אַ כּנסת־דעפּוטאַטקע און אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿטלעכע טוערין. זי האָט באַמערקט, אַז הגם סײַ אין ייִדישקייט, סײַ אין איסלאַם דאַרף מען נישט קיין פֿאַרמיטלער צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם, איז אין ביידע רעליגיעס פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו באַזוכן אין געוויסע טעג די קבֿרי־צדיקים, האָפֿנדיק, אַז די טויטע וועלן פֿאַרטיידיקן די לעבעדיקע אינעם אייבערשטנס אויגן. ס׳איז נאַריש און נוצלאָז צו פּרוּוון פֿאַרווערן אַזעלכע פֿאָלק־מינהגים, טענהנדיק, אַז זיי זענען נישט נייטיק אָדער אַפֿילו קומען אין סתּירה מיט רעליגיע. דער עולם וועט זיי ווײַטער פּראַווען. די איינציקע עצה איז אויפֿצוזען, אַז מאַסן־אונטערנעמונגען אין הייליקע מקומות ווערן דורכגעפֿירט אויף אַ פֿרידלעכן און פֿאַרזיכערטן אופֿן.

אדרבא, איך וואָלט נאָך צוגעגעבן, אַז אָן פֿאָלק־מינהגים איז פֿרומקייט בכלל אַ טויטע זאַך. וויפֿל מע וויל קאָן מען טענהן, אַז אין דער גמרא איז נישטאָ קיין וואָרט וועגן ל״ג־בעומר, אַז דער דאָזיקער יום־טובֿ האָט זיך ערשט באַוויזן אינעם 12טן יאָרהונדערט, אַז קיינער ווייסט נישט גענוי, ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ניפֿטר געוואָרן און צי ער ליגט טאַקע באַערדיקט אין מירון. טענהן קאָן מען, נאָר מענטשן נייטיקן זיך אין לעבעדיקע מינהגים און פֿריילעכע מאַסן־אונטערנעמונגען מיט טענץ און שײַטערס. אַבי געזונט און בעסער פֿאַרזיכערט – דאָס איז דער עיקר.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version