Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווערק פֿון חיים גראַדע איצט צוטריטלעך אָנלײַןChaim Grade’s works now available online

אַ סך פֿון זײַנע ביכער זײַנען שוין צענדליקער יאָרן געווען שווער צו באַקומען.

דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט לעצטנס געגעבן אַ פֿרײַען צוטריט צו די ווערק פֿונעם גרויסן ווילנער שרײַבער חיים גראַדע.

כאָטש גראַדע ווערט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די בעסטע ייִדישע שרײַבערס פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, זײַנען זײַנע ביכער שוין צענדליקער יאָרן שווער צו געפֿינען. איצט קען מען זיי, סוף־כּל־סוף, אַלע לייענען אויף דער אינטערנעץ, אויף דער וועבזײַט פֿונעם ביכער־צענטער.

גראַדע איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ אָרעמער היים אין דער שטאָט ווילנע, וואָס האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געהייסן „ירושלים ד’ליטא“. זײַן מאַמע האָט פֿאַרקויפֿט עפּל אויפֿן מאַרק און זי האָט געוווינט מיט אים צוזאַמען אין אַ קעלערשטוב הינטער אַ קוזניע. די יונגע יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין חדר און ישיבֿה, שפּעטער געלערנט בײַ די מוסרניקעס, גאָר אַ שטרענגע מתנגדישע גרופּע. כאָטש ער איז אַראָפּ פֿונעם דרך אין עלטער פֿון 22, ווען ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע“, האָט ער אין זײַנע ווערק באַשריבן דעם פֿרומען לעבנס־שטייגער און די רבנישע וועלט.

ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין יוני 1941, האָט גראַדע באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון ווילנע בײַ צײַטנס. אָבער ער האָט דאָרט איבערגעלאָזט זײַן מאַמע און זײַן ערשט ווײַב, וואָס זיי זײַנען ביידע אומגעקומען. נאָך דער מלחמה האָט ער געוווינט עטלעכע יאָר אין פּאַריז, ביז ער איז אָנגעקומען אין ניו־יאָרק אין 1948.

גראַדע איז געווען באַליבט בײַ די קריטיקערס און אַ טייל האָבן אַפֿילו געהאַלטן, אַז ער האָט בעסער פֿאַרדינט די נאָבעל־פּרעמיע ווי באַשעוויס, וואָס איז געווען אַ סך בעסער באַקאַנט אַ דאַנק די ענגלישע איבערזעצונגען. אָבער גראַדעס ביכער האָבן זיך נישט געדרוקט אין קיין גרויסע אויפֿלאַגעס און מיט דער צײַט, וויבאַלד די לייענערס האָבן אויסגעכאַפּט כּמעט אַלע עקזעמפּלאַרן, זײַנען זיי געוואָרן יקר־המציאותן.

נאָך אַ צרה איז געווען דער ענין פֿון דרוקרעכט, ווײַל גראַדעס אַלמנה האָט צענדליקער יאָרן נישט דערלאָזט, אַז מע זאָל אַרויסגעבן זײַנע ווערק פֿון דאָס נײַ. נאָך איר פּטירה אין 2010 האָט אַ ניו־יאָרקער געריכט געפּסקנט, אַז דאָס דרוקרעכט געהערט צום ייִוואָ צוזאַמען מיט דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישׂראל. יענע ביידע אינסטיטוציעס האָבן סוף־כּל־סוף דערמעגלעכט, אַז גראַדעס ביכער זאָלן זיך איצט אויך געפֿינען אין דער גרויסער אינטערנעץ־ביבליאָטעק פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער.

ס׳איז דאָ אַ סך פֿון וואָס אויסצוקלײַבן בײַ די דיגיטאַליזירטע ווערק אויף דער וועבזײַט פֿונעם ביכער צענטער. די פּאָעמע, „מוסרניקעס“ שילדערט דאָס שטרענג אָרטאָדאָקסישע און אַסקעטישע לעבן פֿון בחורים אין דער נאָוואַרעדקער ישיבֿה; די דערציילונג, „מײַן קריג מיט הערש ראַסיינער“ שטעלט פֿאָר די פֿילאָסאָפֿישע וויכּוחים צווישן צוויי אַלטע פֿרײַנד, וואָס טרעפֿן זיך נאָכן חורבן — ווען איינער איז געבליבן פֿרום און דער צווייטער איז געוואָרן פֿרײַ; דער ראָמאַן, „מײַן מאַמעס שבתים“, באַזירט אויף גראַדעס אייגן לעבן פֿאַר און בעת דער מלחמה; דער ראָמאַן „די עגונה“ האַנדלט זיך וועגן אַ קאָנפֿליקט צווישן צוויי גרויסע רבנים איבער דער עגונה־פֿראַגע, און „צמח אַטלאַס: די ישיבֿה“, אַ לאַנגער ראָמאַן אין צוויי בענד, וואָס ווערט פֿאַררעכנט ווי גראַדעס מײַסטערווערק.

אַחוץ די אויב דערמאָנטע ווערק, קען מען געפֿינען נאָך אַ סך אַנדערע אויף דער וועבזײַט פֿונעם ביכער־צענטער, ווי אויך פֿאַרשיידענע איבערזעצונגען, רעקאָרדירונגען, און אַפֿילו ווידעאָס, וואָס זײַנען שייך צו גראַדעס לעבן און שאַפֿן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version