פּראָגראַם לזכר אַ ייִדישער פּאַרטיזאַנער־פֿאָטאָגראַפֿיןProgram in memory of a Jewish partisan photographer
פֿייגל שולמאַן האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געמאַכט בילדער פֿונעם באַהאַלטענעם לעבן פֿון פּאַרטיזאַנער.
דעם 9טן מײַ, 4 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט פֿאָרקומען אַ ספּעציעלע מוטערסטאָג־פּראָגראַם לזכר דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער־פֿאָטאָגראַפֿין פֿייגל (פֿיי) שולמאַן, וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט דעם 24סטן אַפּריל. די פּראָגראַם נעמט אַרײַן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן שולמאַנס לעבן און אַ דיסקוסיע מיט דער פֿילמאָגראַפֿקע, שעלי סייוועל.
פֿייגל שולמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1919 אין לענין, פּוילן, און האָט זיך אויסגעלערנט פֿאָטאָגראַפֿירן בײַ איר ברודער, וואָס האָט געהאַט אַ פֿאָטאָגראַפֿירונג־געשעפֿט. דעם 14טן אויגוסט 1942 האָבן די דײַטשן דערהרגעט 1850 ייִדן פֿון דער לענינער געטאָ, אַרײַנגערעכנט פֿייגלס עלטערן, שוועסטער און ייִנגערן ברודער. פֿייגל האָט איבערגעלעבט אַ דאַנק אירע פֿאָטאָגראַפֿישע פֿעיִקייטן: די דײַטשן האָבן געוואָלט, אַז זי זאָל אַנטוויקלען זייערע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער שחיטה. בסוד האָט זי אויך געמאַכט קאָפּיעס פֿאַר זיך אַליין.
במשך פֿון אַן אַטאַקע פֿון פּאַרטיזאַנער אויף די דײַטשן האָט פֿייגל באַוויזן צו אַנטלויפֿן אין וואַלד, וווּ זי האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער “מאָלאָטאָוואַ בריגאַדע”, אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער, וואָס איז באַשטאַנען, דער עיקר, פֿון אַנטלאָפֿענע רויטאַרמייער. כאָטש זי האָט ניט געהאַט קיין מעדיצינישע דערפֿאַרונג, האָט זי אין משך פֿון צוויי יאָר זיי געדינט ווי אַ קראַנקן־שוועסער. בעת די פּאַרטיזאַנער האָבן איין מאָל אַטאַקירט לענין, האָט פֿייגל צוריקגעקראָגן איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און דערנאָך געמאַכט איבער אַ הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּאַרטיזאַנישן לעבן. קיין אַנדער פֿאָטאָגראַף צווישן ייִדישע פּאַרטיזאַנער איז נישט באַקאַנט.
נאָך דער מלחמה האָט פֿייגל חתונה געהאַט מיט מאָריס שולמאַן, אויך אַ געוועזענער פּאַרטיזאַנער. זיי האָבן פֿאַרבראַכט דרײַ יאָר אינעם די־פּי־לאַגער אין לאַנדזבערג, דײַטשלאַנד, ביז זיי האָבן אין 1948 געקענט אַרויספֿאָרן קיין קאַנאַדע. עטלעכע פֿון אירע בילדער און אויסצוגן פֿון ווידעאָ־אינטערוויוען קען מען זען דאָ.
די פּראָגראַם דעם 9טן מײַ קומט פֿאָר אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון דער „פֿונדאַציע א”נ סוזאַ מענדעש“ בשותּפֿות מיט דער „פֿונדאַציע פֿאַר דערציִונג וועגן ייִדישע פּאַרטיזאַנער“. אַלע רעגיסטרירטע וועלן באַקומען אַ פֿאַרבינדונג צו זען דעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן פֿייגל שולמאַנען, „אַרויס פֿונעם פֿײַער“. שעלי סייוועל, די פֿילמאָגראַפֿקע, וועט זיך באַטייליקן אין אַ דיסקוסיע צוזאַמען מיט דזשאָען גילבערט, די מחברטע פֿון די ביכער, „אשת־חילס: פּויליש־ייִדישע אָפּאָנענטן צום דריטן רײַך“ (2018) און „מרימס נצחון! דאָס ייִדישע מיידעלע וואָס האָט זיך קעגנגעשטעלט די נאַציס“ (2019).
דער דריטער באַטייליקטער אין דער דיסקוסיע וועט זײַן מיטש בראַף, דער גרינדער פֿון דער „פֿונדאַציע פֿאַר דערציִונג וועגן ייִדישע פּאַרטיזאַנער“.
אַרײַנטריט אין דער פּראָגראַם איז פֿרײַ, אָבער מע דאַרף זיך רעגיסטרירן ביזן 6טן מײַ. גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO