די רוסישע װאָרצלען פֿון זאבֿ זשאַבאָטינסקיס פּאָליטיקThe Russian roots of Ze‘ev Jabotinsky‘s politics
זשאַבאָטינסקי איז אַנטױשט געװאָרן אין דער פּאָליטיק פֿון די אייראָפּעיִשע ליבעראַלן, װאָס האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו פֿאַרטײדיקן די רעכט פֿון מינאָריטעטן.
היסטאָריקער ווייסן שוין פֿון לאַנג אַז װלאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי איז געװען אַ סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט.
אין דער ביאָגראַפֿיע, „װלאַדימיר זשאַבאָטינסקיס רוסישע יאָרן, 1925-1900‟ שטעלט דער מחבר, ברײַען האָראָװיץ, אַ ריי קשיות: „איז זשאַבאָטינסקי געװען אַ ליבעראַל װאָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ רעאַקציאָנער, צי אַ רעאַקציאָנער מיט שפּורן פֿון ליבעראַליזם? אַ דעמאָקראַט מיט אַ נטיה צו דיקטאַטור, צי אַ דיקטאַטאָר מיט אַ נאָסטאַלגיע פֿאַר דעמאָקראַטיע?‟
דער עיקר, בײַ האָראָוויץ, איז צו געפֿינען דעם שליסל צו די פֿראַגעס אין דער רוסישער תּקופֿה פֿון זשאַבאָטינסקיס לעבן. האָראָװיץ דערװײַזט, אַז זשאַבאָטינסקיס עפֿנטלעכע פּערזענלעכקײט האָט זיך אױסגעשטאַלטיקט אינעם קולטורעלן און פּאָליטישן גערעם פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין די לעצטע צענדליק יאָר פֿון איר היסטאָרישער עקזיסטענץ.
דאָס דאָזיקע בוך איז װײַט ניט די ערשטע ביאָגראַפֿיע פֿון דעם מענטשן, װעלכער איז געװאָרן אַ מין אידעאָלאָגישער פֿאָטער פֿאַרן רעכטן נאַציאָנאַליסטישן פֿליגל אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. אָבער די דאָזיקע געשטאַלט, טענהט האָראָװיץ, איז אײנזײַטיק און פֿאַלש. זשאַבאָטינסקיס פּאָליטישער װעלטבאַנעם איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון זײַן אײראָפּעיִשער גרױסשטאָטישער דערפֿאַרונג. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע אידעאָלאָגישע קעגנער, די פּועלי־ציוניסטן, איז זשאַבאָטינסקי ניט געפֿאָרן צו בױען דעם ייִדישן ייִשובֿ מיט דער צװײטער עליה נאָך דער מפּלה פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1905. ער איז פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד און איז פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער פּאָליטישער אַרבעט. דװקא אין יענע יאָרן האָט ער זיך געלערנט, אַז נאַציאָנאַליזם איז אַ שטאַרקער פּאָליטישער כּוח.
זשאַבאָטינסקי איז אױפֿגעװאַקסן בײַ אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה אין אָדעס. ער האָט באַקומען אַ רוסישע בילדונג און האָט ניט געהאַט קײן אינטערעס צו רעליגיע. ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער אָפּגעהיט װאַרעמע נאָסטאַלגישע געפֿילן לגבי דער לעבעדיקער קאָסמאָפּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון זײַן יוגנט־שטאָט. ער שילדערט די דאָזיקע אַטמאָספֿער מיט אַ סך ליבע אין אַ ראָמאַן וואָס ער האָט אָנגעשריבן אויף רוסיש, „די פֿינף‟ — אַ בוך וואָס ער האָט געשריבן שױן אין עמיגראַציע, װען ער איז געװען טיף פֿאַרטאָן אין אױפֿבױען די רעװיזיאָניסטישע ציוניסטישע באַװעגונג. עס איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן אַז אָט דער רוסישער שרײַבער װלאַדימיר זשאַבאָטינסקי איז געװען דער אײגענער מענטש װי דער ראַדיקאַלער ציוניסט, זאבֿ זשאַבאָטינסקי.
זשאַבאָטינסקיס פּאָליטישע טעטיקײט הײבט זיך אָן אין 1904 מיט זײַן אַריבערפֿאָרן קײן פּעטערסבורג. ער איז געװאָרן אַ זשורנאַליסט אין דער רוסישער ציוניסטישער צײַטשריפֿט „ראַססװעט‟ (קאַיאָר). אַ שאַרפֿזיניקער אַנאַליטיקער און אַ באַגאַבטער דערצײלער, האָט ער קריטיש באַטראַכט די רוסישע און אײראָפּעיִשע פּאָליטישע אַרענע. ער האָט דערקענט, אַז די רוסישע ליבעראַלע פּאָליטיקער זײַנען בהדרגה געװאָרן מער נאַציאָנאַליסטיש, כּדי צו געװינען שטיצע בײַם רוסישן פֿאָלק. דער קאַמף פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר רוסישע ייִדן האָט מיט דער צײַט פֿאַרלױרן זײַן חשיבֿות פֿאַר זײער פּאָליטישן סדר־היום.
זשאַבאָטינסקי האָט אױך דערזען דעם אױפֿקום פֿונעם ראַדיקאַלן אַנטיסעמיטישן נאַציאָנאַליזם אין דער פּױלישער פּאָליטיק. לױט זײַן אַלגעמײנעם װעלטבאַנעם איז זשאַבאָטינסקי געװען אַ מאָדערנער אײראָפּעיִשער ליבעראַל, אָבער ער איז אַנטױשט געװאָרן אין דער ליבעראַלער פּאָליטיק, װאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין פֿאַרטײדיקן די פּאָליטישע און קולטורעלע רעכט פֿון מינאָריטעטן.
זשאַבאָטינסקיס צװײ טאַלאַנטן, דער ליטעראַרישער און דער פּאָליטישער, קומען זיך צונױף אין זײַנע פֿעליעטאָנען. ער איז געװען אַ מײַסטער פֿון פּאָליטישער פּאָלעמיק. ער האָט אַנטװיקלט אַן אײגנאַרטיקן סטיל, װאָס איז פּערזענלעך, איראָניש, שאַרף און אַנגאַזשירט. זשאַבאָטינסקי האָט ליב געהאַט גוזמאות און אָפֿט מאָל געמאַכט חוזק פֿון זײַנע אָפּאָנענטן. האָראָװיץ האַלט, אַז זשאַבאָטינסקיס ליטעראַרישער סטיל איז געװען ענלעך צו זײַן סטיל אין פּאָליטיק. כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן דאָזיקן סטיל זײַנען געװען פּלוצעמדיקע קערן און בײַטן, אַריבערגײן פֿון אײן פּאָזיציע צו דער אַנדערער. אָבער, פֿאַרסך־הכּלט האָראָװיץ, זשאַבאָטינסקי איז טאַקע געװען מער ערנסט אין זײַן פּאָליטיק אײדער אין זײַן זשורנאַליסטיק.
זשאַבאָטינסקי האָט געצילט זײַן קריטיק קעגן יענע ליבעראַלע ייִדישע פּאָליטיקער און כּלל־טוער, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר פּשרה־מאַכערס. ער האָט געהאַלטן, אַז ייִדן, אַזױ װי אַלע אַנדערע מינאָריטעטן אין דער רוסישער אימפּעריע, דאַרפֿן זיך זאָרגן קודם־כּל װעגן אײגענע נאַציאָנאַלע אינטערעסן און זיך ניט מישן אין דער אַלגעמײנער רוסישער פּאָליטיק. ער האָט ניט גערופֿן ייִדן צו מאַכן עליה תּיכּף־ומיד, װײַל די באַדינגונגען אין ארץ־ישׂראל אונטער דער טערקישער שליטה זײַנען נאָך ניט געװען גינסטיק פֿאַר אַ מאַסן־ייִשובֿ.
אין משך פֿון עטלעכע יאָר פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט זשאַבאָטינסקי רעדאַקטירט אַרטיקלען אין דער ציוניסטישע פּרעסע אין סטאַמבול און איז געװען גוט באַהאַװנט אינעם פּאָליטישן מצבֿ פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. ער איז געװען אײנער פֿון די ערשטע ציוניסטישע פּאָליטיקער, װאָס האָט דערקענט דעם אױפֿקומענדיקן אַראַבישן נאַציאָנאַליזם װי אַ סכּנה סײַ פֿאַר ייִדן און סײַ פֿאַר דער טערקישער מאַכט. דערפֿאַר האָט ער געהאַלטן, אַז די ספֿרדים אין טערקײַ דאַרפֿן שטיצן די אָטאָמאַנישע אימפּעריע װאָס האָט זײ באַשיצט פֿון כּלערלײ מינים נאַציאָנאַליזם.
נאָכן אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט זשאַבאָטינסקי פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און זיך מער ניט אומגעקערט אַהין. ער האָט געשריבן קאָרעספּאָנדענצן פֿאַר רוסישע צײַטונגען פֿון אײראָפּע און צפֿון־אַפֿריקע, אָבער זײַן הױפּטציל איז געװען צו שאַפֿן דעם ייִדישן לעגיאָן אינעם באַשטאַנד פֿון דער בריטאַנישער אַרמײ, װאָס זאָל זיך באַטײליקן אין דער דעראָבערונג פֿון ארץ־ישׂראל. שפּעטער איז ער אַנטױשט געװאָרן סײַ אין דער בריטאַנישער קאָלאָניאַלער פּאָליטיק, װאָס האָט געשטיצט די אַראַבער, סײַ אין דער כּלל־ציוניסטישער פּאָליטיק, װאָס האָט זיך ניט אַנטקעגנגעשטעלט די בריטאַנישע בעל־הבתּים. אין זײַנע אַרטיקלען האָט זשאַבאָטינסקי שאַרף קריטיקירט חיים װײַצמאַן, הגם, װי האָראָװיץ דערװײַזט, האָט װײַצמאַן געהאָלפֿן זשאַבאָטינסקין אין עטלעכע קריטישע מאָמענטן. זײַן אַנדער קעגנער זײַנען געװען די לינקע ציוניסטן מיט דוד בן־גוריון בראָש. זשאַבאָטינסקי האָט פֿײַנט געהאַט סאָציאַליזם זינט 1905, װען ער האָט געקעמפֿט קעגן דעם „בונד‟, און אין זײַנע אױגן זײַנען די לינקע ציוניסטן געװען די יורשים פֿונעם „בונד‟.
אין 1925 האָט ער געשאַפֿן די רעװיזיאָניסטישע ציוניסטישע פּאַרטײ װי אַן אָפּאָזיציע צו דער אַלגעמײנער ציוניסטישער באַװעגונג. האָראָװיץ טענהט, אַז די דאָזיקע פּאַרטײ איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן לױטן רוסישן פּאָליטישן מוסטער. לכתּחילה האָט די פּאַרטײ ניט געהאַט קײן שטרענגע דיסציפּלין און איז געװען ענלעך צו אַ װיכּוחים־קלוב. אין גיכן האָט זיך אין דער רעװיזיאָניסטישער סבֿיבֿה געשאַפֿן זשאַבאָטינסקיס פּערזענלעכקײט־קולט ענלעך צו אַנדערע פּאָליטישע פֿירער פֿון יענער תּקופֿה, אַזעלכע װי יוזעף פּילסודסקי אין פּױלן אָדער בעניטאָ מוסאָליני אין איטאַליע. האָראָװיץ האַלט, אַז זשאַביטנסקיס „רוסישער‟ פּעריאָד האָט זיך געענדיקט דװקא מיט דער גרינדונג פֿון דער רעװיזיאָניסטישער פּאַרטײ. לכתּחילה איז די דאָזיקע פּאַרטײ געװען אַ פּראָדוקט פֿון דער רוסישער פּאָליטישער קולטור: „כאָטש זשאַבאָטינסקי איז געװען מחוץ רוסלאַנד, איז רוסלאַנד נאָכגעגאַנגען זײַנע שפּורן, װוּהין ער זאָל ניט גײן.‟
„זשאַבטינסקיס רוסישע יאָרן‟ אַנטפּלעקט די רוסישע קולטורעלע װאָרצלען פֿון אײנער פֿון די װיכטיקסטע און סאַמע סתּירותדיקע פֿיגורן אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע און העלפֿט בעסער פֿאַרשטײן זשאַבאָטינסקיס געדאַנקען־גאַנג. זשאַבאָטינסקי האָט ליב געהאַט מחלוקתן און פּראָװאָקאַציעס און האָט געהאַט הײסע חסידים און ביטערע שׂונאים. האָראָװיץ געהערט ניט צו ביידע שיטות. ער איז אַ ניכטערער אַנאַליטישער פֿאָרשער, װאָס װיל פֿאַרשטײן דעם העלד פֿון זײַן בוך פֿון אינעװײניק און לאָזט דעם לײענער שאַפֿן אַן אײגענע מײנונג װעגן אים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO