היסטאָרישע אַלוועלטלעכע אָנלײַן־פֿאַרזאַמלונג פֿון דער שארית־הפּליטהLandmark gathering of Holocaust survivors online
לעבן געבליבענע וואָס וואָלטן נישט געקענט פֿיזיש פֿאָרן אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג וועלן זיך איצט יאָ קענען באַטייליקן.
פֿונעם 4טן ביזן 9טן מײַ וועט דורכגעפֿירט ווערן אָנלײַן אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דער שארית־הפּליטה, זייערע קינדער און אייניקלעך, דערציִער און פֿרײַנד. די אונטערנעמונג, וואָס ווערט געשטיצט פֿון איבער 200 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
לעבן געבליבענע וואָס וואָלטן נישט געקענט פֿיזיש פֿאָרן אויף אַזאַ פֿאַרזאַמלונג וועלן זיך איצט יאָ קענען באַטייליקן.
עס וועלן פֿאָרקומען פֿאַרשידענע מינים אַקטיוויטעטן, וואָס די באַטייליקטע קענען אויסקלײַבן. צווישן זיי:
• שמועס־גרופּעס פֿאַר די קינדער און אייניקלעך פֿון לעבן געבליבענע פֿון חורבן
• לעבן געבליבענע ווילן איבערגעבן זכרונות
• אָנגעזעענע גאַסטרעדנערס, צווישן זיי: ד״ר רות וועסטהײַמער, ד״ר דבֿורה ליפּשטאַדט, אלישה וויזל, אַמבאַסאַדאָר סטואַרט אײַזנשטאַדט און אַנדערע
• ווי מע קען שטיצן די לעבן געבליבענע;
• דער הײַנטיקער אַנטיסעמיטיזם;
• שמועס־גרופּעס פֿאַר די קינדער און אייניקלעך פֿון לעבן געבליבענע פֿון חורבן
• רעדעס פֿון לעבן געבליבענע
• פּאַנעל־דיסקוסיעס אויף פֿאַרשידענע טעמעס: ווי מע קען שטיצן די לעבן געבליבענע; דער הײַנטיקער אַנטיסעמיטיזם; ווי די לעבן געבליבענע האָבן רעאַגירט אויף דער באַפֿרײַונג און אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ; ווי מע קען ווײַטער אָנהאַלטן זייער אָנדענק, און אַנדערע טעמעס
• קאָנצערטן און טאַנץ־פֿאָרשטעלונגען
• אָנלײַן טורן פֿונעם אַנע פֿראַנק־מוזיי, אוישוויץ און בירקענאַו, חורבן־דענקמעלער און טעכנאָלאָגישע מקורים
• פֿילמען ווי טשאַרלי טשאַפּלינס „דער גרויסער דיקטאַטאָר‟, „שינדלערס ליסטע‟ און „שאולס זון‟
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פֿאַרזאַמלונג, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO