ייִדישקורס אין קאָרנעל וועט קענען נאָכקומען די שפּראַך־פֿאָדערונגYiddish course at Cornell to fulfill language requirement
אין האַרבסט 2021 וועט מען אָנהייבן לערנען ייִדיש פֿיר מאָל אַ וואָך און סטודענטן וועלן קריגן פֿיר קרעדיטן דערפֿאַר.
קאָרנעל־אוניװערסיטעט האָט די װאָך געמאָלדן אַז די שול װעט אָנהייבן לערנען ייִדיש אױף אַ מער ערנסטן אופֿן ווי פֿריִער.
ביז איצט האָט דער ייִדיש־קורס אין קאָרנעל זיך געטראָפֿן בלויז איין מאָל אַ װאָך. אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2021 װעט מען זיך טרעפֿן פֿיר מאָל אַ װאָך און די סטודענטן וועלן קענען קריגן פֿיר קרעדיטן דערפֿאַר. אין האַרבסט 2022 וועט מען צוגעבן אַ מיטעלן ייִדיש־קורס, וואָס וועט קענען נאָכקומען די שפּראַך־פֿאָדערונג פֿונעם אוניווערסיטעט.
דוד פֿאָרמאַן, דער ייִדיש־לערער אינעם אָפּטייל פֿון מיטל־מיזרחדיקע לימודים, איז צופֿרידן וואָס סטודענטן אין קאָרנעל וועלן איצט קענען לערנען ייִדיש אויף אַ העכערן ניוואָ.
„אַ סך מענטשן באַטראַכטן ייִדיש ווי אַ לשון פֿון הומאָר און שונד,“ האָט פֿאָרמאַן געזאָגט. „אָבער די סטודענטן דערוויסן זיך באַלד אַז ס׳איז אַ שפּראַך גלײַך ווי אַלע שפּראַכן וואָס קען אויסדריקן די סובטילסטע, טיפֿסטע זאַכן.“
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO