ווידעאָ: סטיווען סקײַבעל זינגט אַ ליד לזכר די קינדער אומגעבראַכט אינעם חורבןWATCH: Steven Skybell sings in memory of the children murdered by the Nazis
דער אַקטיאָר, באַקאַנט פֿאַרן שפּילן טבֿיה אין „פֿידלער אויפֿן דאַך“, פֿירט אויס יוסף פּאַפּיערניקאָווס „אונטער די פּוילישע גריניקע ביימעלעך“.
מאָנטיק, דעם 19טן אַפּריל, איז געוואָרן 78 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
כּדי אָפּצומערקן די דאַטע האָט די פֿאָלקסבינע פֿאַרשפּרייט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן דער אַקטיאָר סטיווען סקײַבעל זינגט יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד, „אונטער די פּוילישע גריניקע ביימעלעך“, וואָס דער דיכטער האָט געשריבן אין 1945 צו באַוויינען די 1.5 מיליאָן ייִדישע קינדער, וואָס זענען אומגעבראַכט געוואָרן אינעם חורבן.
אינעם ווידעאָ, געשאַפֿן דורכן אַקטיאָר און פֿילמאָגראַף בען ליבערט, זעט מען ווי סקײַבעל, וואָס איז באַקאַנט פֿאַרן שפּילן טבֿיה אינעם ייִדישן נוסח פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך“, גייט דורך אַ פֿעלד און עס באַווײַזן זיך פֿאַר אים פֿאַרמלחמדיקע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע קינדער. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָבן צוגעשטעלט פֿאַרן פֿילם דער ”מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה“, וווּ די פֿאָלקסבינע שטעלט פֿאָר אירע פּיעסעס. עס שפּילט אויף דער פּיאַנע זלמן מלאָטעק, דעם טעאַטערס קינסטלערישער דירעקטאָר.
יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד איז בעצם אַן אָפּרוף אויף חיים נחמן ביאַליקס „אונטער די גריניקע ביימעלעך“, וואָס שילדערט ווי ייִדישע קינדער שפּילן זיך און ווי זיי שיידן זיך אונטער פֿון אַנדערע קינדער. דאָס ליד, וואָס איז געווען זייער פּאָפּולער אין מיזרח־אייראָפּע, האָט נאָכן חורבן באַקומען אַ נײַעם, טראַגישן בײַטעם.
אָט קען מען אויך הערן, ווי ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן זינגט עס:
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO