ווידעאָ: אַ „בלוז־ראָק“ נוסח פֿונעם ליד, „אַ ייִדישע מאַמע“WATCH: A blues rock take on the Yiddish classic, “My Yiddishe Momme’’
וואָלף קראַקאָווסקיס מוזיק־ווידעאָ גיט אָפּ כּבֿוד דעם זינגערס מאַמע, וואָס האָט איבערלעבט דעם חורבן.
די וואָך האָט וואָלף קראַקאָווסקי, אַ ייִדישער זינגער וואָס מישט צונויף בלוז, ראָק און „רעגיי“ מיט ייִדישן געזאַנג, אַרויסגעלאָזט אַ צוויישפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד, „אַ ייִדישע מאַמע“.
דער מוזיק־ווידעאָ, געשאַפֿן דורך דער רעזשיסאָרין, גאַבריעלאַ פֿאָן זעלטמאַן, גיט אָפּ כּבֿוד קראַקאָווסקיס מאַמען, אסתּר בלומע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין סולמעזשיץ, פּוילן.
אסתּר בלומע קראַקאָווסי איז געווען פֿאַרשפּאַרט אינעם טרויעריק באַרימטן סאָוועטישן גולאַג, „קאָטלאַס“. איר טעכטערל, צפּורה, איז געשטאָרבן נאָך דעם וואָס מע האָט די משפּחה דעפּאָרטירט און געשיקט אין אַ קאָלכאָז. איר זון, מרדכי, איז געבוירן געוואָרן אין 1943 אין קאַזאַכסטאַן. וואָלף איז געבוירן געוואָרן אין 1947 אין עסטרײַך, וווּהין די איטאַליענער האָבן זײַנע עלטערן און זײַן ברודער פֿאַרשיקט, נאָך דעם וואָס מע האָט זיי געכאַפּט בײַם פּרובירן זיך אַרײַנצושמוגלען אין ארץ־ישׂראל מיט דער הילף פֿון דער ”בריחה“־באַוועגונג. דערנאָך האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין שוועדן, וווּ קראַקאָווסקיס שוועסטער, רות, איז געבוירן געוואָרן אין 1948. אָנגעקומען אין קאַנאַדע איז די משפּחה אין 1954.
קראַקאָווסי האָט צום ערשטן מאָל „געהערט“ שמערקע קאַטשערגינסקיס ליד, „פֿרילינג“, ווען אַ „בריחה“־וועגווײַזער האָט עס צו זײַן מאַמען געזונגען. זי איז דעמאָלט געווען טראָגעדיק מיט וואָלפֿן. וואָלף האָט שפּעטער רעקאָרדירט דאָס ליד אויף זײַן ערשטן אַלבאָם, „גילגול“, און זײַן נוסח דערפֿון איז געוואָרן איינס פֿון זײַנע פּאָפּולערסטע לידער.
מע קען, דרך־אַגבֿ, הערן אַ רעקאָרדירונג אין וועלכער זי רעדט וועגן אירע זכרונות פֿונעם ייִדישן טעאַטער דאָ.
„אַ ייִדישע מאַמע“, וואָס עס האָט פּאָפּולאַריזירט די אַמעריקאַנער זינגערין סאָפֿיע טאָקער, איז געווען איינע פֿון די פּאָפּולערסטע פּלאַטעס פֿונעם יאָר 1925 אין אַמעריקע. מע קען זיך דערוויסן מער וועגן דער געשיכטע פֿונעם ליד, ווי אויך הערן אַנדערע נוסחאָות דערפֿון, דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
מע קען זיך צוהערן צו נאָך לידער געזונגען דורך וואָלף קראַקאָווסקי, דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO