Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך האָב אויספּרובירט דעם נײַעם ייִדישן „דואָלינגאָ“־קורס. זעט וואָס איך האָב אַנטדעקט.I took Duolingo’s new Yiddish course for a test drive. Here’s what I found

די מער ווי 1,300 לעקציעס שפּיגלען אָפּ אַ פּשרה צווישן דעם הײַנטיקן ברוקלינער חסידישן ייִדיש און דער כּלל־שפּראַך.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

במשך פֿון די כּמעט אַכט יאָר וואָס איך שרײַב פֿאַרן פֿאָרווערטס וועגן אַלע מינים אונטערנעמונגען און פּאַסירונגען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, האָב איך קיינמאָל ניט געזען אַז דער עולם זאָל ווערן אַזוי אַנטציקט וועגן עפּעס, ווי דער גאָר פּאָזיטיווער אָפּרוף אויף דער ידיעה, אַז דער ייִדישער „דואָלינגאָ“־קורס וועט אַרויסקומען דינסטיק, דעם 6טן אַפּריל.

זינט מע האָט אָנגעהויבן צונויפֿשטעלן דעם קורס מיט פֿינף יאָר צוריק זעט מען אויף טריט און שריט אָנלײַן ווי ליבהאָבער פֿון ייִדיש, שפּראַך־ענטוזיאַסטן און פֿאַרברענטע אָנהענגער פֿון „דואָלינגאָ“ פֿרעגן אומגעדולדיק: „ווען וועט דער ייִדיש־קורס שוין זײַן גרייט?“ ווען „דואָלינגאָ“ האָט געלאָזט וויסן, אַז דער אויסגעבענקטער טאָג וועט קומען אין אַפּריל, האָבן עטלעכע מענטשן געשריבן אויף „רעדיט“, אַז זיי זענען אַזוי אויפֿגעהײַטערט, אַז זיי קענען אַזש ניט שלאָפֿן.

מחמת איך בין ניט איינער פֿון די 300 מיליאָן מענטשן, וואָס לערנען זיך אַ שפּראַך דורך „דואָלינגאָ“, און כּמעט אַלץ וואָס איך האָב געוווּסט וועגן דער פּראָגראַם איז אַז איך זע אָפֿט ווי זײַן מאַסקאָט „דואָ“, אַ חוצפּהדיקע פּאַסיוו־אַגרעסיווע סאָווע, באַווײַזט זיך אין אָנלײַן־מימען, האָב איך געוואָלט זען פֿאַר וואָס מע מאַכט איבער דעם אַזאַ גדולה. איז, ווען אַ פּרעסע־אַגענטקע האָט מיך געפֿרעגט, צי איך וויל רעדן מיט די שאַפֿער פֿונעם ייִדישן „דואָלינגאָ“, האָב איך ניט בלויז געכאַפּט די געלעגנהייט, נאָר אויך געענטפֿערט מיט אַ ספּעציעלער בקשה: מע זאָל מיר פֿון פֿריִער געבן צוטריט צום קורס. מע האָט גוטגעהייסן מײַן פֿאַרלאַנג און איך האָב במשך פֿון אַכט שעה אויספּרובירט דעם ייִדישן „דואָלינגאָ“. אָט איז וואָס איך האָב געפֿונען.

כאָטש ער איז אַ היפּש ביסל קירצער ווי אַ סך פֿון די אַנדערע 39 שפּראַכקורסן אויף דער וועבזײַט, איז „דואָלינגאָ־ייִדיש“ נאָך אַלץ ריזיק. בסך־הכּל נעמט ער אַרײַן מער ווי 70 אָפּטיילונגען וואָס מע רופֿט „פֿעיִקייטן“. יעדע פֿעיִקייט האָט פֿינף ניוואָען און אַלע 350 ניוואָען באַשטייען פֿון דרײַ ביז זעקס לעקציעס. צוליב דעם וואָס עס דויערט כאָטש פֿינף ביז זיבן מינוט צו מאַכן יעדע לעקציע, וועט דער סטודענט מוזן אָפּגעבן, צום ווייניקסטן, 250 שעה כּדי צו פֿאַרענדיקן די אַרום 1,300 לעקציעס אינעם קורס.

מײַראַ אַוואָדיי, „דואָלינגאָס“ הויפּט־קירובֿ־אַרבעטערין פֿאַר שפּראַך־קהילות (Lead Community Specialist בלע״ז) האָט מיר דערקלערט, אַז נאָכן אויסלערנען זיך אַלע 70 פֿעיִקייטן, וועט דער סטודענט זיך געפֿינען בײַ דער סטאַדיע A1 לויט דער „אייראָפּעיִשער סיסטעם פֿון מעסטן שפּראַך־קענטעניש“ אָדער CEFR לויט זײַנע ראָשי־תּיבֿות. דאָס איז מער־ווייניקער גלײַך ווי דאָס פֿאַרענדיקן צוויי זמנים פֿון אָנהייבער שפּראַך־קלאַסן אין אַן אוניווערסיטעט, אָדער ווי די CEFR באַשרײַבט עס, „קען דער סטודענט פֿאַרשטיין און זיך באַנוצן מיט זייער פּשוטע אויסדרוקן, כּדי נאָכצוקומען קאָנקרעטע באַדערפֿענישן“.

מײַראַ אַוואָדייס באַמערקונג איז אָבער ווײַט צו באַשיידן. אין דער אמתן גיט „דואָלינגאָ“ גאַ פֿולשטענדיקן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק. די לעקציעס זענען ענלעך צו ווידעאָשפּילן, און דערמעגלעכן דעם סטודענט צו געדענקען נײַע ווערטער דורכן געבן אים פּונקטן אין דער פֿאָרעם פֿון מינצלעך ווען מע ענפֿטערט ריכטיק אויף אַ סעריע פֿראַגעס. דאָס לערנען הייבט זיך אָן מיט באַגריסונגען, וואָקאַבולאַר פֿאַרבונדן מיט דער היים און עסן און טאָג־טעגלעכע טעמעס אַזוי ווי די משפּחה־מיטגלידער און דאָס גיין אײַנקויפֿן און פֿאָרן אויף וואַקאַציעס. די לעקציעס וועגן בפֿירוש ייִדישע באַגריפֿן קומען שפּעטער. די ערשטע „פֿעיִקייט“ אַזעלכע, וועגן שבת, באַווײַזט זיך נאָך דעם וואָס דער סטודענט האָט שוין פֿאַרענדיקט כּמעט אַ העלפֿט פֿונעם קורס.

„מע האָט זיי נישט געוואָלט לערנען צו פֿיל וועגן ייִדישקייט בײַם אָנפֿאַנג“, האָט מיר אויף ייִדיש געזאָגט לוי פּאָלאַטשעק, 23, וואָס איז צוזאַמען מיט זײַן צווילינג־ברודער ישׂראל איינער פֿון די הויפּטשאַפֿער פֿונעם ייִדישן „דואָלינגאָ“. „מיר האָבן נישט געוואָלט, אַז זיי זאָלן פֿילן אַז מיר ווילן, אַז זיי זאָלן [זיך מגייר זײַן].“ דער געדאַנק, האָט ער צוגעגעבן, איז אַז זיי זאָלן זיך צו ערשט אויסלערנען די שפּראַך, און דערנאָך קענען זיי זיך דערוויסן וועגן אירע רעליגיעזע באַגריפֿן.

ס׳רובֿ פֿון די טעמעס אינעם קורס זענען פֿאַרבונדן מיט טאָג־טעגלעכע געשעענישן. בײַ דער „פֿעיִקייט“ וועגן גיין אײַנקויפֿן, למשל, לערנט מען דעם זאַץ, „דער קאַסירער רעכנט אַרײַן דעם שטײַער“, בעת סטודענטן וואָס זענען ניט צופֿרידן מיט אַ נײַער פֿריזור דערוויסן זיך ווי צו זאָגן: „דער שערער האָט געמאַכט אַ באַלאַגאַן פֿון מײַנע האָר.“

די ווערטער פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע יום־טובֿים ווערן דערקלערט לויטן קאָנטעקסט. איין לעקציע וועגן חנוכּה, למשל, בעט דעם באַנוצער איבערצוזעצן דעם זאַץ, „אויב דאָס דריידל פֿאַלט אויף ה, נעמט מען האַלב“. די פּסח־מינהגים ווערן איבערגעגעבן אין אַזעלכע זאַצן ווי „דער ווײַן איז פֿאַר אליהו הנבֿיא“. די סטודענטן באַקענען זיך אַפֿילו מיט די פֿיר קשיות.

Image by Duolingo

„דואָלינגאָ“ איז באַרימט פֿאַרן צושטעלן קאָמישע און אַפֿילו אויסטערלישע זאַצן וואָס די סטודענטן דאַרפֿן איבערזעצן, און דער ייִדישער נוסח וועט אין דעם פּרט קיינעם ניט אַנטוישן. דער זאַץ „די ייִדן זענען מיד“ וועט זיכער ווערן אַ מים אויף טוויטער און „מײַן ווײַב איז קיינמאָל נישט צופֿרידן“ קלינגט ווי דער אָנהייב פֿון אַ וויץ פֿונעם אַמאָליקן „באָרשטבעלט“. נאָך אַ זאַץ וועט אַרויסרופֿן אַ געלעכטער בײַ די ייִנגערע „מילעניאַלס“ — „ווער וווינט אין אַן אַנאַנאַס אונטערן ים?“ דאָס איז די ערשטע שורה פֿונעם טעמע־ליד פֿון דער פּאָפּולערער (און גאָר צעדרייטער) טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿאַר קינדער, SpongeBob Squarepants.

Image by Duolingo

ניט געקוקט אויף דעם וואָס „דואָלינגאָ“ נוצט אַזעלכע קאָמישע מאָמענטן כּדי צו האַלטן דעם אינטערעס פֿון די סטודענטן, איז דער ציל פֿון דער פּראָגראַם נישט סתּם אַרויסצורופֿן געלעכטער. די וואָלונטירן, וואָס האָבן געהאָלפֿן צונויפֿשטעלן דעם ייִדישן „דואָלינגאָ“, האָבן אַרײַנגעלייגט טויזנטער שעה אַרבעט אינעם שאַפֿן די לעקציעס, שרײַבן די טעקסטן און רעקאָרדירן דעם אוידיאָ.

ווען מע האָט אָנגעהויבן שאַפֿן דעם ייִדישן קורס מיט פֿינף יאָר צוריק, איז די אַרבעט לכתּחילה געגאַנגען פּאַמעלעך און מיט אַנדערהאַלבן יאָר צוריק האָט אַ נײַע גרופּע וואָלונטירן איבערגענומען די לייצעס און אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ. איידער מע האָט אָבער געקענט ווײַטער אָנגיין, האָט די נײַע חבֿרה, וואָס באַשטייט פֿון יונגע־לײַט פֿון חסידישע און ייִדישיסטישע משפּחות, געדאַרפֿט באַשליסן, וואָס פֿאַר אַ מין ייִדיש מע זאָל לערנען. ישׂראל און לוי פּאָלאַטשעק, די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אינעם פּראָיעקט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ ברוקלינער סאַטמאַרער משפּחה, האָבן געוואָלט, אַז דער קורס זאָל זיך, דער עיקר, אָפּגעבן מיט זייער היימישן דיאַלעקט. מע איז אָבער אין גיכן אָנגעקומען אויף אַ מיכשול.

„איך האָב זיך געכאַפּט אַז מע קען עס (דעם קורס) נישט מאַכן מיט חסידיש ייִדיש, ווײַל חסידיש ייִדיש איז נישט סטאַנדאַרדיזירט“, האָט לוי פּאָלאַטשעק געזאָגט. „מע קען נישט סתּם אָננעמען ׳דער׳, ׳די׳ אָדער ׳דאָס׳ פֿאַר אַלצדינג. ס׳איז נישט קיין ענין פֿון בעסער צי ערגער. פֿאַרן קורס האָבן מיר געדאַרפֿט עפּעס וואָס איז סטאַנדאַרדיזירט.“

די צווילינג־ברידער האָבן אַרויסגעלאָזט אַ קול־קורא, בעטנדיק אַז פֿרײַוויליקע וואָס קענען די כּללים פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק זאָלן אָנטייל נעמען אינעם פּראָיעקט. מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, 32, אַ ציווילער אינזשעניר וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַן אָנגעזעענער ייִדישיסטישער משפּחה, האָט געזען זייער פּאָסט אויף „פֿייסבוק“ און איז אין גיכן געוואָרן די קאָרעקטאָרין פֿאַרן קורס, קאָנטראָלירנדיק אַז די טעקסטן שטימען מיט די תּקנות פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך.

[באַמערקונג: מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט איז אַ פּלימעניצע פֿון דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער און דינט צוזאַמען מיט מיר אויף דער עקזעקוטיווע פֿון יוגנטרוף.)

אַלע מיטאַרבעטער האָבן מסכּים געווען, מע זאָל נאָכפֿאָלגן די שרײַב־תּקנות, גראַמאַטיק און ווערטער־אוצר פֿון כּלל־ייִדיש, נאָר זיי האָבן ניט געקענט באַשליסן, אויף וועלכן דיאַלעקט מע זאָל אַרויסרעדן די ווערטער. די ברידער פּאָלאַטשעק און אַנדערע חסידישע וואָלונטירן האָבן געוואָלט נוצן אַ חסידישן אַרויסרייד און מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט און אַנדערע האָבן געוואָלט רעקאָרדירן די דיאַלאָגן נוסח ייִוואָ. אַז זיי האָבן לסוף ניט געקענט אַליין קומען צו קיין טאָלק, האָבן זיי באַשלאָסן זיך אַרויסדרייען דורכן הערן וואָס עס זאָגט עמך. אין נאָוועמבער 2019 האָט די מאַנשאַפֿט אַרויסגעלאָזט אַן אַנקעטע בעטנדיק דעם עולם אויסצוקלײַבן וואָס פֿאַר אַ דיאַלעקט מע זאָל נוצן, חסידיש ייִדיש, צי אוקראַיִניש ייִדיש, צי „ייִוואָ־ייִדיש“. פֿון די 6,000 שטימען, זענען כּמעט אַ העלפֿט געווען פֿאַר חסידיש ייִדיש.

„אין לעצטן סך־הכּל איז עס אַ גוטע פּשרה,“ האָט ווישוואַנאַט מיר געזאָגט אויף ייִדיש. „די מערסטע קהילות וואָס רעדן טאָג־טעגלעך ייִדיש רעדן מיט אַזאַ אַרויסרייד, און ס׳רובֿ פֿון דער אַרבעט אויפֿן קורס האָבן געטאָן די רעדער פֿון חסידיש ייִדיש. עס זענען אויך דאָ ווייניקער רעסורסן פֿאַר סטודענטן זיך צו לערנען דעם דיאַלעקט.“

„דואָלינגאָ־ייִדיש“ איז טאַקע דער ערשטער גרויסער קורס וואָס שפּיגלט אָפּ ווי אַזוי די מערהייט הײַנטיקע ייִדיש־רעדער רעדן אַרויס די שפּראַך. דער צוגאַנג איז חל ניט בלויז אויף די רעקאָרדירטע ווערטער אַליין, נאָר אויף דער ראָמאַניזאַציע אויך. „און“ שרײַבט מען, למשל, מיט לאַטײַנישע אותיות ווי in, שלום־עליכם ווי Shulem Aleykhem און ווײַטער ווי vaater.

פֿאַר די וואָס ווילן זיך מער פֿאַרטיפֿן אינעם הײַנטצײַטיקן ברוקלינער חסידישן ייִדיש, נעמט דער קורס אַרײַן אַ „פֿעיִקייט“ מיט 35 לעקציעס וואָס לערנט די פּיטשעווקעס פֿונעם דיאַלעקט. מע ווײַזט, למשל, די אונטערשיידן צווישן ענק (אײַך) און עץ (איר), די אַרטיקלען „דעי“ און „דעיעס“, און מע שטעלט צו אַ סך ווערטער וואָס מע וועט ניט טרעפֿן אין ס׳רובֿ ייִדישע ווערטערביכער. צווישן זיי געפֿינט מען ניט בלויז אַזעלכע אָפֿטע אַנגליציזמען ווי „מופֿן“ (זיך אַריבערציִען) און „וואָקן“ (גיין צו פֿוס), נאָר אויך ווערטער פֿון דער אַלטער היים ווי „שטײַט“ (פּאַמעלעך), „טשיאָניש“ (דאַר), און „בונדאַטש“ (געפּרעגלטע ברויט, אַ לײַוואָרט פֿון אונגעריש), וואָס זענען ס׳רובֿ ניט־חסידישע ייִדיש־רעדער פֿרעמד. מע טרעפֿט אויך הײַנטיקע סלענג־אויסדרוקן ווי „האַקן אַ לעבן“ (גוט פֿאַרברענגען). און אוודאי ווײַזט דער קורס, אַז טאָמער וויל מען באַדאַנקען אַן אַרבעטער אין אַ וויליאַמסבורגער געשעפֿט, זאָל מען זאָגן „ש׳כּוח“ אַנשטאָט „אַ דאַנק“.

חסידיש ייִדיש איז ניט דער איינציקער דיאַלעקט וועגן וועלכן די סטודענטן קענען זיך דערוויסן. אין 15 לעקציעס געווידמעט דעם ליטווישן ייִדיש הערט מען ניט בלויז זאַצן פֿאָרגעלייענט אויף אַ געשמאַקן ווײַסרוסישן ייִדיש, נאָר מע שטרײַכט אונטער אַזעלכע טערמינען ווי „האָלט האָבן“ (ליב האָבן), „קומען אַ פֿולע געלט“ (זײַן עמעצן שולדיק אַ סך געלט), „פּאָל“ (דיל), „פּאַטאַלאָק“ (סטעליע), און „פּאַכאָזשע“ (זעט אויס ווי), וואָס מע הערט נאָך פֿון ייִדן פֿון יענע מקומות, ווי אויך בײַ געוויסע חב׳׳ד־משפּחות.

סײַ מײַראַ אַוואָדיי, „דואָלינגאָס“ הויפּט־קירובֿ־אַרבעטערין פֿאַר שפּראַך־קהילות, סײַ די ברידער פּאָלאַטשעק האָבן מיר געזאָגט, אַז זיי דערוואַרטן אַז דער קורס וועט ווײַטער פֿאַרגרעסערט ווערן. צוליב דעם וואָס „דואָלינגאָ־ייִדיש“ איז נאָך ניט קיין פֿאַרענדיקטע אַרבעט, וועט מען אויסבעסערן טעותן וואָס מע געפֿינט אינעם קורס און די וואָלונטירן בײַ „דואָלינגאָ“ וועלן האַלטן אַן אויג אויף ווי אַזוי די סטודענטן באַנוצן זיך מיט אים, כּדי בעסער צוצופּאַסן די לעקציעס צו זייערע באַדערפֿענישן.

די שאַפֿער פֿונעם קורס האָבן גרויסע האָפֿענונגען. ישׂראל און לוי פּאָלאַטשעק, וואָס האָבן אַנטדעקט „דואָלינגאָ“ נאָך דעם וואָס זיי האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט און גענוצט די פּראָגראַם כּדי זיך צו לערנען שפּאַניש, האָפֿן אַז זייער האָרעוואַניע וועט העלפֿן אַנדערע געוועזענע חסידים ווײַטער אויפֿצוהאַלטן מאַמע־לשון. מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט האַלט אַז די גרויסע צאָל מענטשן וואָס די פּראָגראַם וועט דערגרייכן האָט דעם פּאָטענציעל צו העכערן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש.

„עס וועט אַרײַנברענגען מענטשן וואָס וואָלטן אַנדערש ניט געקומען אין קאָנטאַקט מיט דער שפּראַך,“ האָט ווישוואַנאַט געזאָגט. „פֿון די צענדליקער טויזנטער מענטשן וואָס וועלן נוצן דעם קורס, טאָמער אַפֿילו איין פּראָצענט פֿון זיי וועלן ווײַטער טאָן זאַכן מיט ייִדיש, וואָלט עס געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע זאַך פֿאַר דער ייִדיש־וועלט.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version