Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פֿאַרגעסן קאַפּיטל פֿון דער חורבן־געשיכטעA forgotten chapter of Holocaust history

צווישן די פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין סיביר און צענטראַל־אַזיע זענען געווען אי פֿרומע, אי קאָמוניסטן, אי ציוניסטן

Image from the book, “Survival on the Margins: Polish Jewish Refugees in the Wartime Soviet Union” by Eliyana R. Adler

#

Markus Nesselrodt
Dem Holocaust entkommen: Polnische Juden in der Sowjetunion, 1939–1946
De Gruyter, 2019, 400 PP

אַרום אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן האָבן זיך געראַטעװעט פֿונעם חורבן אין די סאָװעטישע מזרח־געגנטן, סיביר און צענטראַל־אַזיע. נאָך דער מלחמה זײַנען זײ לרובֿ אַװעקגעפֿאָרן — לכתּחילה צוריק קײן פּױלן און װײַטער קײן ישׂראל, אַמעריקע און אַנדערע לענדער.

זײער דראַמאַטישע געשיכטע האָט אָבער ביז לעצטנס ניט צוגעצױגן קײן סך אינטערעס מצד די היסטאָריקער. מאַרעק ליבהאַבער האָט נאָך אין 1947 געשריבן אין דער ייִדישער צײַטונג „איבערגאַנג‟, װאָס ער האָט רעדאַקטירט אין דער אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע פֿון דײַטשלאַנד׃ „דאָס פֿאַרלױרענע קאַפּיטל געשיכטע … די לײַדן פֿון אײראָפּעיִשן ייִדנטום אין רוסלאַנד אין די יאָרן 1939 – 1946… איז אַ גרױס, רײַך, דערהױבן און װיכטיק קאַפּיטל, װאָס טאָר ניט פֿאַרלאָרן גײן.‟

אָבער דאָס דאָזיקע קאַפּיטל האָט זיך ניט גלאַטיק אַרײַנגעפּאַסט אין די צװײ הױפּטשטראָמיקע היסטאָרישע נאַראַטיװן. אין דער חורבן־געשיכטע פֿאַרנעמען די ייִדישע פּליטים אין דעם סאָװעטישן מזרח־ראַיאָן בלויז אַ ראַנד־פּאָזיציע. בײַ די היסטאָריקער פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען זײ ניט מער װי אַ צופֿעליקער צײַטװײַליקער פֿענאָמען. אָבער די עיקרדיקע פּראָבלעם שטעקט אין דעם, װאָס די דאָזיקע געשיכטע לאָזט זיך ניט אױסטײַטשן װי שװאַרץ־און־װײַס. פֿון אײן זײַט זײַנען די ייִדישע פּליטים פֿון פּױלן געװען קרבנות פֿון סטאַליניסטישע רדיפֿות. צװישן 1939 און 1941 האָט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ זײ געכאַפּט און דעפּאָרטירט קײן סיביר אין „גולאַג‟־לאַגערן און „ספּעציעלע ייִשובֿים‟. פֿון דער אַנדער זײַט, האָבן דװקא די דאָזיקע דעפּאָרטאַציעס זײ געראַטעװעט פֿונעם חורבן. נאָך דעם, װי דײַטשלאַנד האָט באַפֿאַלן דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1941, זײַנען זײ באַפֿרײַט געװאָרן. אַ היפּשע צאָל פּױלישע ייִדן זײַנען אַריבער פֿון סיביר קײן סאָװעטישע רעפּובליקן אוזבעקיסטאַן און קאַזאַכסטאַן אין צענטראַל־אַזיע.

דער דאָזיקער קאָמפּליצירטער טעמע איז געװידמעט די נײַע מאָנאָגראַפֿיע פֿונעם דײַטשישן היסטאָריקער מאַרקוס נעסעלראָדט. ער האָט גרונטיק געפֿאָרשט ייִדישע מקורים, בפֿרט די זכרונות און ליטעראַרישע װערק פֿון פּױלישע ייִדן, װאָס באַהאַנדלען זײער דערפֿאַרונג אינעם סאָװעטן פֿאַרבאַנד. די דאָזיקע ליטעראַרישע ירושה אַנטפּלעקט כּלערלײ צרות, װאָס ייִדישע פּליטים האָבן געהאַט אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין סיביר האָט מען זײ געצװוּנגען צו דער עבֿודת־פּרך פֿון האַקן האָלץ אין פֿראָסטיקע סיבירער װעלדער. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זײ כּסדר ניט באַקומען קײן געהעריקע דערלױבענישן אױף צו אַרבעטן און געמוזט לעבן פֿון קלײן האַנדל, װאָס איז געװען אומלעגאַל לױט סאָװעטישע געזעצן. זײ האָבן ניט געקענט די רוסישע שפּראַך, געליטן פֿון קראַנקײטן און הונגער. אַזױ אַרום האָט די סאָװעטישע מאַכט אײנצײַטיק אי געראַטעװעט אי גערודפֿט ייִדישע פּליטים פֿון פּױלן.

צװישן די פּליטים זײַנען געװען אי פֿרומע ייִדן, אי קאָמוניסטן אי ציוניסטן, װאָס האָּבן געחלומט װעגן בױען אַ נײַע ייִדישע לעבן אין ארץ־ישׂראל נאָך דער מלחמה. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָבן זײ קנאַפּ געהאַט אַ פֿאַרבינדונג מיט זײער פּױלישער הײם. ערשט װען זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן פּױלן האָבן זײ משׂיג געװען דעם ריזיקן פֿאַרנעם פֿון דער חורבן־טראַגעדיע, און דאָס איז געװאָרן די טעמע פֿון זײער ליטעראַרישער שאַפֿונג.

אין פּױלן און אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה האָט מען געפֿירט אַ מין דיכטערישן דיִאַלאָג צװישן די, װאָס זײַנען געקומען פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און די, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין די לאַגערן און געטאָס אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. דער דיכטער ישיעהו שפּיגל, װאָס איז געװען אין דעם לאָדזשער געטאָ, האָט געשריבן׃ „דיר איז לײַכט אַזױ צו זאָגן, ברודער, װי אַלע די, / װאָס זײַנען דאָ מיט אונדז צוזאַמען נישט געװעזן. / װער ס’האָט אין יענע יאָר נישט אָנגעזען קײן דײַטש, / נישט אײַנגעאָטעמט מיטן רױך דעם קרעמאַטאָריע־טױט, / און ס’האָבן נישט די געטאָט־נעכט זײַן האַלדז געװאָרגן – / דער טראָגט נישט אין זײַן ברוסט די קללה פֿון דער װעלט / צו מענטש, צו גאָט.‟

דער דיכטער יצחק פּערלאָװ, װאָס איז געקומען פֿון רוסלאַנד, האָט אױך דערקענט דעם אונטערשייד׃ „איך פֿון סאָװעט, ער פֿון קאַ־צעט / איך האָב געהאַט זיבן יאָר פֿון נױט, / ער האָט געהאַט זיבן יאָר פֿון טױט / מיר קענען זיך מער נישט פֿאַרשטײן.‟ די באַציִונגען צװישן די פֿאַרשײדענע גרופּעס ייִדישע שאַרית־הפּליטה זײַנען צומאָל געװען גאָר ניט פֿרײַנדלעכע. פּערלאָװס ליד איז אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענט פֿון יענער תּקופֿה׃ „פֿון װעלדער פּאָליסיער, דער ייִד פּאַרטיזאַנער, / פֿאַרהאַסט איצט זײַן ברודער פֿון סטעפּ קאַזאַכסטאַנער. / און בײדע פֿאַרהאַסן דעם ברודער דעם דריטן, / פֿון בונקער, װאָס היטלער האָט אים ניט פֿאַרשניטן.‟

אײנע פֿון די װיכטיקסטע פּאָעטישע װערק פֿון יענער תּקופֿה איז געװען די זאַמלונג „שטױּבן‟ פֿון בנימין האַרשאַװ (הרושאָװסקי), אָנגעשריבן צװישן 1943 און 1947. האַרשאַװ, נעסעלראָדט באַמערקט, אַז האַרשאַװ אין זײַנע לידער „מאַכט אַן אַסאָציאַציע צװישן דער שטילקײט פֿונעם קאַזאַכסטאַנער סטעפּ און דער שטילקײט פֿון דער צעשטערטער שטאָט װילנע‟. האַרשאַװ שרײַבט׃ „ערשט איצט באַנעם איך קלאָר דעם זין פֿון אָט דער שטילקײט. / און כאָטש עס װיקלט מיך די נאַכט אַרום מיט קילקײט, / עס האָט דער האַס אין מיר אַ פֿײַער אײַנגעצונדן – / דער האַס, געבאָרענער אין האַרץ פֿון טיפֿע װוּנדן.‟

נעסעלראָדט קומט צו אַזאַ סך־הכּל׃ „בעת די גבֿית־עדותן פֿון 1946 – 1948 דערצײלן כּסדר װעגן פֿאַרשײדענע מינים דערפֿאַרונג אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, עפֿנט די ייִדישע דיכטונג אַן אַנדערע פּערספּעקטיװ אױף דער געשיכטע פֿון דעם, װי ייִדן האָבן זיך אױסגעלעבט אינעם סאָװעטישן גלות. די דיכטער האָבן באַהאַנדלט זײער אײגענע געשיכטע פֿון ‘ניט־זײַן דאָרטן’ [אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע] אינעם ברײטערן גערעם פֿונעם חורבן.‟

צו דעם דאָזיקן אױספֿיר קען מען צוגעבן, אַז די פּױלישע ייִדישע דיכטער, אַזעלכע װי חיים גראַדע, בינעם העלער, רחל קאָרן, דוד ספֿאַרד און אַנדערע, װאָס האָבן זיך געפֿונען בעתן חורבן אין דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געמאַכט אַ װיכטיקן בײַטראָג אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור בעת און גלײַך נאָך דער מלחמה. זײערע װערק האָט מען געדרוקט אין דער צײַטונג „אײניקײט‟ און אין אַנדערע סאָװעטישע פּובליקאַציעס. אַװדאי האָבן זײ זיך געמוזט צופּאַסן צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ־ליניע, אָבער זײער שאַפֿונג פֿון יענער צײַט איז געװען אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.