Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס פֿאַר אַ ייִדיש האָבן ייִדן גערעדט אין אונגערן?What sort of Yiddish did Jews speak in Hungary?

כאָטש אונגעריש ייִדיש איז הײַנט דער פֿאַרשפּרייטסטער דיאַלעקט, האָבן אַ סך אונגערישע ייִדן אין דער אַלטער היים אַפֿילו נישט גערעדט קיין ייִדיש.

אַז מע הערט הײַנט ייִדיש אויף די גאַסן פֿון ברוקלין, איז דאָס אָפֿט נישט בלויז אַ חסידיש ייִדיש, נאָר דווקא אַן אונגעריש ייִדיש. כאָטש זייער אַ סך גאַליציאַנער, פּוילישע, און אַפֿילו ליטווישע חסידים רעדן הײַנט אויך ייִדיש, האַלט זיך די שפּראַך בעסער בײַ די אונגערישע. מע זעט, למשל, אַז די מערסטע אונגעריש־חסידישע פֿרויען רעדן עס צווישן זיך, בשעת אַ סך פֿרויען פֿון די אַנדערע גרופּעס רעדן מער ענגליש.

אַז מע רופֿט די חסידים „אונגערישע‟, הייסט עס נישט, אַז זיי קומען דווקא פֿונעם הײַנטיקן אונגערן, וואָס איז אַ רעלאַטיוו קליין לאַנד (כאָטש ס’איז פֿיר מאָל גרעסער ווי מדינת־ישׂראל). דער ייִדישער באַגריף פֿון „אונגערן‟ איז דאָס אַמאָליקע גרויסע קעניגרײַך אונגערן פֿון דער צײַט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָס נעמט אַרײַן גרויסע טיילן פֿון רומעניע, סלאָוואַקײַ, אוקראַיִנע, קראָאַטיע, און אַפֿילו עסטרײַך. אין דעם פּרט איז דאָס ייִדישע „אונגערן‟ אַ ביסל געגליכן צו דער ייִדישער „ליטע‟, וואָס איז אָן אַ שיעור גרעסער ווי די הײַנטיקע מדינה ליטע, און נעמט אויך אַרײַן ווײַסרוסלאַנד און גרויסע טיילן פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע, לעטלאַנד, און פּוילן. די ייִדישע „ליטע‟ דעקט זיך מער־ווייניקער מיטן ליטווישן גרויס־פֿירשטנטום אין מיטל־עלטער, וואָס איז געווען איינע פֿון די גרעסטע מלוכות אין אייראָפּע.

ווען די עסטרײַך־אונגערישע אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן און די נײַע לענדער זײַנען אויפֿגעקומען אויף דער געוועזענער אונגערישער טעריטאָריע, זײַנען זייער אַ סך עטנישע אונגערן פֿאַרבליבן אויף יענער זײַט גרענעץ. אַ סך ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם הײַנטיקן רומעניע, אוקראַיִנע, און סלאָוואַקײַ האָבן ווײַטער געלעבט אין אַן אונגערישער קולטור־סבֿיבֿה, און דערפֿאַר געפֿינען זיך דאָרט אַ סך צענטערס פֿון די „אונגערישע‟ חסידים. סאַטמער און קלויזנבורג זײַנען ביידע שטעט אין דער הײַנטיקער רומעניע, מונקאַטש איז אין אוקראַיִנע, און נײַטרע איז אין סלאָוואַקײַ.

עס ליגט אַ היסטאָרישע איראָניע אינעם פֿאַקט, אַז די אונגערישע חסידים רעדן הײַנט מער ייִדיש ווי די אַנדערע גרופּעס — ווײַל אין דער אַלטער היים האָבן די אונגערישע ייִדן אָפֿט גערעדט מער אונגעריש ווי ייִדיש, און אין מערבֿ האָבן אַ טייל אַפֿילו גערעדט דײַטש, אָדער אַ געמישטע ייִדיש־דײַטשע שפּראַך. בײַם דור אונגעריש־ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס זײַנען אָנגעקומען אין אַמעריקע נאָך דער צווייטער־וועלט־מלחמה און האָבן געשאַפֿן די הײַנטיקע חסידישע גרופּעס, זײַנען געווען אַ סך וואָס האָבן גערעדט ייִדיש מיט אַ שטאַרקן אונגערישן אַקצענט. אויף די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג פֿלעגט מען הערן אַ סך אונגעריש פֿונעם עלטערן דור.

וואָס פֿאַר אַ ייִדיש האָבן די אונגערישע ייִדן גערעדט אין דער אַלטער היים? מע קען דאָס הערן אין אַ צאָל אַלטע רעקאָרדירונגען; למשל, פֿון אינטערוויוען געמאַכט פֿאַרן ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס. דער לינגוויסט אוריאל ווײַנרײַך, וואָס האָט פֿאַרטראַכט דעם אַטלאַס־פּראָיעקט, האָט אַליין אינטערוויויִרט אַ סך אונגעריש־ייִדישע אינפֿאָרמאַנטן אין די 1960ער יאָרן. ער איז געווען ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין אונגעריש ייִדיש, ווײַל ביז דעמאָלט האָבן לינגוויסטן זיך ווייניק פֿאַרנומען מיט אים. די ייִדישע שפּראַך, קולטור, און ליטעראַטור האָבן געשפּילט אַ קלענערע ראָלע אין אונגערן ווי אין גאַליציע, שוין אָפּגערעדט פֿון פּוילן און רוסלאַנד.

אַ דאַנק ווײַנרײַכס אינטערוויוען קענען מיר רעקאָנסטרויִרן אַ רעלאַטיוו פּינקטלעך בילד פֿונעם אונגערישן ייִדיש פֿאַר דער מלחמה. די אַלטע אונגערישע טעריטאָריע האָט זיך צעטיילט אין צוויי גרויסע קולטור־שטחים: דאָס אויבערלאַנד אין מערבֿ און דאָס אונטערלאַנד אין מיזרח. דאָס אויבערלאַנד און דאָס אונטערלאַנד האָבן זיך שטאַרק אונטערגעשיידט אין שפּראַך, קולטור, און רעליגיע. די אונטערלענדער האָבן אין אַ גרויסער מאָס נאָך גערעדט ייִדיש און אַ סך זײַנען געווען חסידים. די פֿרומע אויבערלענדער, ווידער, זײַנען בדרך־כּלל געווען מתנגדים — „אַשכּנזים‟ האָבן זיי געהייסן — און זיי האָבן גערעדט אַן אַנדער דיאַלעקט, אַ מין מערבֿ־ייִדיש וואָס איז שוין אויסגעשטאָרבן. אַ סך אונגערישע ייִדן זײַנען אויך געווען רעפֿאָרמירט אָדער גאָר מאָדערן, האָבן זיי אַוודאי גערעדט אונגעריש, אָדער אַ מאָל אויך דײַטש.

פֿון דעסט וועגן, איז נישטאָ קיין פֿעסטער גרענעץ צווישן אויבערלאַנד און אונטערלאַנד. חסידים און „אַשכּנזים‟ האָבן געוווינט אין די זעלבע שטעטלעך, און אין זייער אַ גרויסן שטח האָט מען גערעדט אַ געמישטן דיאַלעקט, וואָס איז נישט אַהין און נישט אַהער. ווײַנרײַך איז געקומען צום אויספֿיר, אַז אין אַלטע צײַטן האָבן די אונטערלענדער אויך גערעדט אַ מין מערבֿ־ייִדיש, אַזוי ווי די אויבערלענדער, אָבער יענער דיאַלעקט איז פֿאַרשווענקט געוואָרן פֿון די גרויסע מאַסן גאַליצאַנער ייִדן, וואָס האָבן אַרײַנגעוואַנדערט פֿון צפֿון.

פֿאַר אַ סך ערטער אין אויבערלאַנד האָט ווײַנרײַך ניט געקענט געפֿינען קיין שום ייִדישן אינפֿאָרמאַנט, ווײַל די שפּראַך איז דאָרט שוין געהאַט אויסגעשטאָרבן. פֿון דער סלאָוואַקישער הויפּטשטאָט פּרעשבאָרג (בראַטיסלאַוואַ), וווּ עס האָט זיך געפֿונען די באַרימטע ישיבֿה פֿונעם חתם סופֿר, האָט ווײַנרײַך געדאַרפֿט זיך באַנוגענען מיט אַ ייִד וואָס געדענקט עפּעס ייִדישע ווערטער און ווערטלעך פֿון די פֿריִערדיקע דורות. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די פּרעשבאָרגער ייִדן שוין גערעדט דײַטש, דער עיקר. אַזוי איז אויך געווען אינעם בורגנלאַנד, וואָס געהערט הײַנט צו עסטרײַך: די אינפֿאָרמאַנטן האָבן נאָך געדענקט אַ ביסל ווי זייערע באָבעס און זיידעס האָבן גערעדט, אָבער אַליין האָבן זיי שוין גערעדט דײַטש.

ווײַנרײַך האָט געפֿונען אַ צאָל גוטע אינפֿאָרמאַנטן פֿון די קלענערע שטעטלעך אין אויבערלאַנד, וווּ ייִדיש האָט נאָך געלעבט. פֿון דעסט וועגן, איז קענטיק אין זייערע רייד די השפּעה פֿון דײַטש און אונגעריש: פֿאַר אַ טייל זאַכן האָבן זיי שוין געהאַט פֿאַרגעסן דאָס ייִדישע וואָרט און זיי ניצן דערפֿאַר אַ דײַטש אָדער אַן אונגעריש וואָרט. ווײַזט אויס, אַז דער אויבערלענדער דיאַלעקט האָט שוין געהאַלטן אין אונטערגיין נאָך איידער די מלחמה האָט אויסגעבראָכן. אין זייער דיאַלעקט מערקט זיך אויך אַ פֿאַרפּשוטערונג פֿון דער גראַמאַטישער סיסטעם, אַז אַנשטאָט „דער/די/דאָס‟ זאָגן זיי געוויינטלעך „דע‟, ענלעך ווי בײַ די הײַנטיקע חסידים. עס קען זײַן, אַז דער פּרט פֿונעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש נעמט זיך טאַקע פֿון די אויבערלענדער, וואָס זײַנען צום טייל געוואָרן חסידים נאָך זייער אָנקומען אין אַמעריקע. אָבער דאָס איז גאָר ניט זיכער, ווײַל אַחוץ דעם האָבן אויבערלענדער נישט געהאַט קיין גרויסע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון חסידיש ייִדיש.

אַפֿילו בײַ די אונטערלענדישע אינפֿאָרמאַנטן הערט מען אַזעלכע, וואָס רעדן קענטיק בעסער אונגעריש ווי ייִדיש, און וואָס זייער גראַמאַטיק וואַקלט זיך אַ ביסל. די דאָזיקע וואַלקדיקייט איז מסתּמא געווען זייער פֿאַרשפּרייט בײַ חסידים, וואָס זייער ערשטע שפּראַך איז געווען אונגעריש, און אפֿשר האָט דאָס אַליין דערפֿירט צום הײַנטיקן אוניווערסאַלן „דע‟. עס קענען זײַן עטלעכע סיבות פֿאַר דעם זעלביקן פֿענאָמען, און עס לייגט זיך אויך אויפֿן שׂכל, אַז ענגליש האָט געהאַט אַ ראָלע מיט זײַן אַרטיקל the, וואָס ווערט נישט דעקלינירט.

כאָטש די אונגערישע חסידים האָבן הײַנט די אייבערהאַנט איבער דער שפּראַך, האָט דאָס נישט געבראַכט קיין גרויסע פֿאַרפֿלייצונג פֿון אונגערישע ווערטער. פֿאַקטיש ניצן זיי זייער ווייניק ווערטער פֿון אונגעריש — און אָן אַ שיעור מער דײַטשמעריזמען. מסתּמא זײַנען צוגעקומען גענוג חסידים פֿון אַנדערע ראַיאָנען, ספּעציעל פֿון גאַליציע, וואָס האָבן געקענט עפּעס דײַטש, אָבער נישט קיין אונגעריש. אַזוי האָט זיך דאָס חסידישע ייִדיש אַנטוויקלט אויפֿן יסוד פֿון עטלעכע אייראָפּעיִשע דיאַלעקטן, און נישט בלויז פֿון אונגעריש ייִדיש. ס’איז אַ קינד מיט אַ סך טאַטעס.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version