אַבֿרהם סוצקעווערס ווערק האָבן שוין דערגרייכט „קאַרנעגי־האָל“Abraham Sutzkever’s writings have made it to Carnegie Hall
די אונטערנעמונג איז אַ טייל פֿון אַ פֿעסטיוואַל געווידמעט ליטעראַטור און מוזיק געשאַפֿן דורך מענטשן אונטער פּײַנלעכע באַדינגונגען.
אין אַפּריל וועט דער וועלט־באַרימטער קאָנצערטזאַל „קאַרנעגי־האָל“ דורכפֿירן אַ גרויסן פֿעסטיוואַל, „קולות פֿון האָפֿענונג“, געווידמעט מוזיק, ליטעראַטור און קונסט, וואָס מע האָט געשאַפֿן אונטער שרעקלעכע באַדינגונגען. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן איבער, אַז זיי ווילן אַרויסהייבן יענע ווערק, וואָס דריקן אויס די „מענטשלעכע אויסהאַלט־כּוחות (resilence בלע׳׳ז), האָפֿענונג, און מוט אין אָנבליק פֿון טראַגעדיעס וואָס זענען ניט צום באַשרײַבן“. ניט קיין חידוש, וואָס צווישן די קאָנצערטן און פֿילמווײַזונגען אָרגאַניזירט מען פּראָגראַמען לכּבֿוד די ווערק פֿון דער חורבן־תּקופֿה.
דאָנערשטיק, דעם 22סטן אַפּריל, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט פֿאָרקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע געווידמעט שלום בערגערס נײַעם באַנד איבערזעצונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס פּראָזע־ווערק. עס וועלן אָנטייל נעמען שלום בערגער, מרים טרין, זשאָסטין קאַמי און קאַראָלינאַ שימאַניאַק.
די פּראָגראַם, וואָס „קאַרנעגי־האָל“ אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן ייִוואָ און דעם ייִדישן ביכער־צענטער, איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
שלום בערגער איז אַ מעדיצינישער דאָקטער און עפּידעמיאָלאָג פֿון פֿאַך, וואָס שרײַבט אין דער פֿרײַער צײַט אַרטיקלען און פּאָעזיע אויף ייִדיש און זעצט איבער ליטעראַרישע טעקסטן, אַרײַנגערעכנט קינדערביכלעך ווי ד׳׳ר סוסעס „די קאַץ דער פּאַיאַץ“.
מרים טרין איז אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט און פֿירט אָן מיטן צענטער „יאָ — ייִדיש־אָרט“. זי איז אַן עקספּערטקע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט די ווערק וואָס מע האָט געשאַפֿן בשעתן חורבן. זי האָט געלערנט קלאַסן וועגן סוצקעווערס פּאָזעיע, ווי אויך וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג ווילנע“, צו וועלכער ער האָט געהערט.
דזשאָסטין קאַמי, וואָס וועט פֿירן דעם פֿאָרזיץ, איז דער הויפּט פֿון דער יודאַיִסטיק־אָפּטיילונג בײַם „סמיט־קאָלעדזש“, ווי אויך אַ פֿאָרש־סטיפּענדיאַנט בײַם „ייִדיש־אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה־גאָלדרײַך“ בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. ער איז אַן עקספּערט פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע“ און האָט געשריבן אַ בוך וועגן דער טעמע, וואָס וועט אין גיכן אַרויסגעלאָזט ווערן. הײַיאָר וועט מען אויך פּובליקירן זײַן איבערזעצונג פֿון סוצקעווערס ביכל זכרונות, „פֿון ווילנער געטאָ“.
קאַראָלינאַ שימאַניאַק איז אַ פּראָפֿעסאָרין אין דער יודאַיִסטיק־אָפּטיילונג בײַם ווראָצלעוועראוניווערסיטעט און אַ פֿאָרש־סטיפּענדיאַנטקע בײַם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט“ אין וואַרשע. זי איז אַן עקספּערטקע פֿון די ווערק פֿון רחל אויערבאַך און איז שוין געווען אַ לערער פֿון ייִדיש אין אַ צאָל פּראָגראַמען אין פּוילן, ליטע, אוקראַיִנע, אויסטראַליע און פֿראַנקרײַך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO