ווידעאָ: „דיינו“ אויף ייִדיש געזונגען פֿון דינה און זיסל סלעפּאָוויטשWATCH: “Dayenu” in Yiddish sung by Dinah and Zisl Slepovitch
ס׳איז ניט גענוג צו הערן דאָס ליד אויף לשון־קודש.
האַרט פֿאַרן ערשטן סדר האָט דער מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקן מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן ער זינגט אַ ייִדישן נוסח פֿון „דיינו“ צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער דינה.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס אַ סך מענטשן האָבן צוליב יום־טובֿ שוין צו יענער צײַט געהאַט אויסגעלאָשן זייערע טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס, האָט מען במשך פֿון איין טאָג געזען דעם ווידעאָ איבער 1,500 מאָל.
זיסל און דינה סלעפּאָוויטש האָבן שוין אַרויסגעלאָזט עטלעכע ווידעאָס צוזאַמען אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אַ ייִדישן נוסח פֿון אַ ווײַסרוסישן פּראָטעסטליד און אַ פּאָפּולער ליד פֿון אַ סאָוועטישן אַנימאַציע־פֿילם. דינה איז אויך אויפֿגעטראָטן מיט ייִדישע לידער אין עטלעכע פּראָגראַמען פֿון דער פֿאָלקסבינע און פֿון אַרבעטער־רינג.
דאָס ליד „דיינו“ זינגט מען שוין איבער עלף הונדערט יאָר ווי אַ טייל פֿונעם סדר, בערך אַזוי לאַנג ווי ייִדן רעדן ייִדיש. אָבער דאָס זינגען „דיינו“ אויף מאַמע־לשון איז אַ נײַע דערשײַנונג, און אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פּסח־לידער — אַ זעלטענע. להיפּוך צו „חד־גדיא“, וואָס מע זינגט אויף ייִדיש שוין מער ווי 400 יאָר (און אפֿשר נאָך לענגער), איז י. י. שוואַרצעס איבערזעצונג פֿון „דיינו“ ווייניקער ווי אַכציק יאָר אַלט. שוואַרץ איז הײַנט צום בעסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון דער עפּישער פּאָעמע, „קענטאָקי“ אָבער ער איז אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער און פּראָדוקטיווער איבערזעצער פֿון העברעיִשער דיכטונג אויף ייִדיש. אַחוץ לידער פֿון אַזעלכע פּאָעטן ווי חיים נחמן ביאַליק, שאול טשערניכאָווסקי און יהודה הלוי, האָט שוואַרץ איבערגעזעצט טראַדיציאָנעלע טיילן פֿונעם סדר פֿאַר דער אַרבעטער־רינג־הגדה, אַרײַנגערעכנט „דיינו“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO