„תּיקון‟: וועלוול טשערנינס נײַ בוך“Tikkun”: New book by Velvl Chernin
דער איבערזעצער שטרעבט צו שאַפֿן אַן אַלטערנאַטיווע רעאַליטעט, וווּ באַרימטע ייִדיש־שטאַמיקע פּאָעטן שרײַבן אויף ייִדיש.
אין מאַרץ איז אין ביראָבידזשאַן אַרויס אַן אַנטאָלאָגיע פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער וועלוול טשערנין. די קאָנצעפּציע פֿונעם בוך, ווי עס דערקלערט דער מחבר, באַשטייט אינעם איבערפֿלאַנצן די לידער פֿון ייִדיש־שטאַמיקע פּאָעטן, וואָס האָבן געשריבן אויף פֿאַרשיידענע וועלט־שפּראַכן, צוריק אויף ייִדיש; דערפֿאַר ווערט די נײַע אַנטאָלאָגיע באַטיטלט „תּיקון‟.
אין זײַן קורצן אַרײַנפֿיר דערקלערט טשערנין, אַז ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אַלטערנאַטיווע רעאַליטעט, וווּ די אַסימילירטע ייִדישע פּאָעטן האָבן געשריבן נישט אויף פֿרעמדע שפּראַכן, נאָר אויפֿן מאַמע־לשון פֿון זייערע באָבע־זיידעס. מיט זײַנע איבערזעצונגען פּרוּווט ער צו שידלערן אַ וועלט, וווּ הײַנריך הײַנע, פֿראַנץ קאַפֿקאַ און פּאַול צעלאַן האָבן געשריבן דווקא אויף ייִדיש. דער איבערזעצער פּרוּווט אויך צו פֿאַרייִדישלעכן אַ ביסל זייער ביאָגראַפֿיע: ער באַטאָנט, למשל, אַז הײַנעס ייִדישער נאָמען איז געווען חיים, און אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס — יוסף. ביידע פּאָעטן זענען געווען קריסטן־פּראָטעסטאַנטן און האָבן זיך, מסתּמא, קיינמאָל נישט באַנוצט אינעם דערוואַקסענעם עלטער מיט זייערע ייִדישע נעמען.
ווי דער מחבר פֿון דער נײַער אַנטאָלאָגיע באַמערקט, האָבן אַ טייל פֿון די איבערגעזעצטע דיכטער אַליין געהאַט אַ שײַכות צו דער ייִדישער ליטעראַטור. למשל, דער רוסיש־שפּראַכיקער פּאָעט הענריך סאַפּגיר (1928־1999) האָט איבערגעזעצט אַ סך לידער פֿון שיקע דריז פֿון ייִדיש אויף רוסיש. דריזן פֿלעגן איבערזעצן אַ ריי אַנדערע רוסיש־ייִדישע דיכטער, אַרײַנגערעכנט באָריס סלוצקי און יונאַ מאָריץ, די מחברטע פֿון אַ ריי פּאָפּולערע זינגלידער אין סאָוועטישע אַנימאַציע־פֿילמען. צוליב די איבערזעצונגען, איז דריז באַקאַנט אין רוסלאַנד ווי אַ קלאַסישער קינדער־פּאָעט. סלוצקי און מאָריץ זענען נישט אַרײַן אין דער אַנטאָלאָגיע; ס׳איז דאָך אוממעגלעך צונויפֿצוזאַמלען אין איין בוך די ווערק פֿון הונדערטער, אויב נישט טויזנטער דיכטער, וועלכע האָבן געשטאַמט פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע משפּחות, אָבער געשריבן אויף אַנדערע לשונות.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז טשערנין שטעלט נישט דעם טראָפּ אויף ייִדן אין אַלגעמיין (ספֿרדים, עדות־המיזרח, תּימנער, איראַנישע אאַז״וו), נאָר דווקא אויף די אַשכּנזים. מע קאָן זאָגן, אַז טשערנינס „תּיקון‟ רעפּרעזענטירט אַן אַלטערנאַטיווע געשיכטע פֿונעם מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד.
אין זײַן אַנטאָלאָגיע, האָט טשערנין אויסגעקליבן אַ צאָל לידער, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדישע טעמעס. למשל, פֿון מאַנדעלשטאַמס גרויסער פּאָעטישער ירושה נעמט ער דאָס ליד „אַ יונגער לוי מיט כּהנים אויף דער וואַך‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם בית־המיקדש. די קריטיקער זענען מסופּק, צי דאָס ליד האָט צו טאָן מיט מאַנדעלשטאַמס ייִדישן אָפּשטאַם; קריסטלעכע פּאָעטן שרײַבן דאָך אויך גאַנץ אָפֿט אויף ביבלישע טעמעס.
אינעם שמועס מיטן פֿאָרווערטס, האָט טשערנין דערקלערט, אַז דאָס שײַכות מיטן היסטאָרישן ייִדישלאַנד איז בײַ אים נאָך ענגער. ער האָט אויסגעקליבן בלויז די שפּראַכן, וואָס זענען אין גאַנג אויף די טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע טעריטאָריעס: למשל, דײַטשיש — יאָ (הײַנע, קאַפֿקאַ, סעלאַן), אָבער ענגליש און פֿראַנצויזיש — דווקא נישט. פֿון רוסיש, אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, דײַטשיש, פּויליש האָט ער אַליין איבערגעזעצט; פֿון לעטיש, רומעניש, ליטוויש — מיט דער הילף פֿון עקזיסטירנדיקע רוסישע איבערזעצונגען. דער אַלגעמיינער אַקצענט איז אויף דער פּאָעטישער ירושה פֿון מיזרח־אייראָפּע.
דער מחבר האָט איבערגעגעבן, אַז דער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אַזאַ זאַמלונג איז בײַ אים אויפֿגעקומען בערך מיט פֿיר יאָר צוריק. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אָנגעזאַמלט אַ סך איבערזעצונגען, וואָס זענען אַרײַן אינעם בוך. טשערנין האָט באַמערקט, אַז זײַנע באַליבטסטע פּאָעטן אין דער אַנטאָלאָגיע זענען פּאַול צעלאַן (דײַטשיש), דוד קנוט (רוסיש) און צעציליאַ דינערע (לעטיש).
דאָס נײַע בוך איז אַ וויכטיקער מײַלשטיין אין דער הײַנטיקער ביראָבידזשאַנער ייִדיש־טעטיקייט. יעלענאַ סאַראַשעווקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿונעם זשורנאַל, „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, און אויך די רעדאַקטאָרין און קעראָקטאָרין פֿון דער אַנטאָלאָגיע, האָט געזאָגט, אַז צום ערשטן מאָל נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אַרויס אַ בוך אין גאַנצן אויף ייִדיש; אין די לעצטע יאָרן האָט זי שוין אַרויסגעגעבן עטלעכע צוויי־שפּראַכיקע ייִדיש־רוסישע אויסגאַבעס.
פֿאַרן חנעוודיקן אויסזען פֿונעם בוך טראָגט דאָס אַחריות די ביראָבידזשאַנער דיזײַנערין טאַטיאַנאַ איסטאָמינאַ. די קוואַליטעט פֿון די איבערזעצונגען, ווי געוויינטלעך בײַ טשערנינען, איז זייער אַ הויכער: זײַענדיק אַליין אַ באַגאַבטער פּאָעט, האָט ער כּמעט איבעראַל אָפּגעהיט דעם ריטעם און גראַם פֿונעם אָריגינאַל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO