ווידעאָ: דער דאָזיקער „דריטער סדר“ וועט אײַך שטעלן אין אַ פּסחדיקער שטימונגWATCH: This Third Seder will get you into the Passover spirit
תּלמידים פֿון אַ מעלבורנער ייִדישער טאָגשול און מוזיקער פֿון אַ טוץ לענדער פֿירן אויס אַ פּראָגראַם באַזירט אויף דער וועלטלעכער ייִדישער חגדה.
גיט אַ קוועטש דאָ כּדי צו זען די פּראָגראַם.
זונטיק האָט אַן אינטערנאַציאָנאַלע גרופּע זינגער, אַקטיאָרן און תּלמידים אין אַ ייִדישער טאָגשול אויפֿגעפֿירט אַ „דריטן סדר“. די פּראָגראַם, וואָס מע האָט שוין געזען מער ווי 3,500 מאָל במשך פֿון דרײַ טעג, האָט אָרגאַניזירט הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק צוזאַמען מיט משה ראָזענפֿעלד, דער פּרעזידענט פֿון Golden Land Concerts and Connections.
עס האָבן געזונגען לידער און דערציילט די הויפּט־געשעענישן פֿון דער הגדה אַ צאָל זינגער און אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט סטיווען סקײַבעל, וואָס האָט געשפּילט טבֿיה אין „פֿידלער אויפֿן דאַך“ אויף ייִדיש; דער זינגער און אַקטיאָר — דניאל קאַהן; דער חזן, יעקבֿ לעמער און די זינגערין סאַשע לוריא פֿון דער קאַפּעליע „פֿאָרשפּיל“. בסך־הכּל האָבן מער ווי 35 מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אונטערנעמונג. זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע“ האָט דיריגירט די מוזיק.
אַ קינדערכאָר פֿון דער מעלבורנער „שלום־עליכם־שול“ האָט געזונגען די פֿיר קשיות. די „שלום־עליכם־שול“ איז הײַנט די איינציקע טאָגשול מחוץ דער חסידישער וועלט וווּ דער ייִדיש־לימוד פֿאַרנעמט אַ ממשותדיקן טייל פֿונעם קוריקולום.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO