Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זילבערנע סדרים, װאָס זענען געװאָרן שװאַרץ (זכרונות)Silver seders that turned black (memoir)

דער שרײַבער מלך ראַוויטש גיט איבער די הייליקע, קיניגלעכע שטימונג פֿון די סדרים בײַ טאַטע־מאַמע, איידער זיי זענען אויף אייביק פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

לייענט די דערציילונג אויף ענגליש

(פֿון „דאָס מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן‟, באַנד 1)

װעמען װילט זיך דען נישט דערצײלן און װער קען נישט דערצײלן כאָטש אַ פּאָר מעשׂיות װעגן די סדרים פֿון זײַן קינדהײט, די סדרים פֿון זײַן הײם. און אױך איך האָב עפּעס װאָס צו דערצײלן און איך װעל עס דאָ פּרוּװן טאָן.

סײַ מײַן טאַטע און סײַ מײַן מאַמע זענען געװעזן צו ביסלעך — דיכטער. און װעמענס טאַטע־מאַמע זענען עס דען נישט? נאָר זעלטן װער דערזעט עס אין די ייִנגערע יאָרן — מען דערזעט עס ערשט אױף דער אײגענער עלטער, װען זײ — די געהײמע דיכטערס — זענען שױן אױף דער װעלט נישטאָ, װען זײ זענען שױן אױף יענער װעלט, און יענע װעלט איז דאָך די װעלט פֿון דיכטונג. נאָר נישט דאָס זענען מיר אױסן. מיר זענען אױסן די זילבערנע סדרים, װאָס מײַנע טאַטע־מאַמע פֿלעגן פּראַװען — און װאָס אין אײן שײנעם יאָר זענען זײ געװאָרן שװאַרץ און זײ האָבן זיך שױן קיין מאָל מער צו זײער זילבער נישט אומגעקערט. און די מעשׂה איז אַזאַ:

מײַן טאַטנס טאַטע איז געװעזן אַ ייִד אַ משׂכּיל. ער האָט געקענט גוט לערנען און האָט געלערנט לרובֿ פֿאַר זיך און מיט אַ שײנעם, ריטמישן ניגון. אַז ער האָט געלערנט אַ בלאַט גמרא — און לערנען פֿלעגט ער אין פֿאַרטאָגן, װען אַלץ אַרום איז געשלאָפֿן מיט אַ שטײנערנעם שלאָף — איז עס אױסגעקומען, אַז ער רעציטירט שירים. אַזױ ריטמיש פֿלעגט ער לערנען. און געלערנט האָט ער מיט אַזאַ מתיקות, אַז נישט אױפֿװעקן פֿלעגט ער דערמיט די שטובן אַרום מיט די שלאָפֿנדיקע בני־בית, נײַערט ער האָט זײ זיס אײַנגעװיגט אין פֿאַרטאָגיקע חלומות… אָבער אױך דאָס זענען מיר נישט אױסן. מיר זענען אױסן צו זאָגן, אַן מײַן טאַטע האָט געהאַט פֿון װעמען צו ירשענען נגינה און ריטעם. און — פֿון זײַן טאַטן האָט ער מסתּמא געירשנט די גאַנצע סדר־צערעמאָניע, װאָס איז אין דער אמתן געװעזן אַ גאַנצע סימפֿאָניע.

אונדזער שטוב איז געװעזן אַ שטוב של־מטה פֿון אַ גאַנץ יאָר — מיט אַלע זאָרגן און וואָכעדיקײטן. און עס איז דװקא געװעזן אַ נגידישע שטוב, נאָר װאָך פֿעלט אױך אין אַזעלכע שטובן נישט. אָבער אונדזער שטוב האָט אױך געהאַט אַ מין שטוב של מעלה… און אָט די דאָזיקע שטוב איז אַ גאַנץ יאָר געשטאַנען אײַנגעפּאַקט אין קעסטלעך און אין קױשן, מסתּמא אַ טוץ אין צאָל — אױף אונדזער רחבֿותדיקן בױדעם. אָט די דאָזיקע שטוב־של־מעלה אונדזערע פֿלעגט אַראָפּנידערן פֿון דעם דריטן שטאָק אַ פּאָר טעג פֿאַר יעדן פּסח, האָט אָפּגעקיניגט איבער אונדז אַכט טעג אױף דעם צװײטן שטאָק פֿון גרױסן הױז, װוּ מיר האָבן געװױנט, און איז לאַנגזאַם, אין פֿאַרלױף פֿון עטלעכע טעג נאָך פּסח צוריק אַרױף צו דער פּמליא־של־מעלה איבערצוּװאַרטן די 357 חמצדיקע טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר…

אונדזער טאַטע פֿלעגט זיך קיין מאָל נישט מישן אין קיכזאַכן. ער האָט געהאַלטן, אַז דאָס פּאַסט נישט פֿאַר בײדע צדדים. אַזױ האָט ער עס געלערנט פֿון זײַן טאַטן, דעם משׂכּיל. און דער משׂכּיל האָט עס געלערנט אין דער קלאַסישער דײַטשער ליטעראַטור, װאָס ער פֿלעגט פּונקט אַזױ געשמאַק און מיט אַזאַ ניגון און אַזױ פֿיל פֿאַרשטענדעניש לערנען, װי אַ בלאַט גמרא… נאָר פֿאַר פּסח האָט דער טאַטע איבערגענומען די קאָמאַנדע איבער דער פּסחדיקער פּמליא־של־מעלה און זי, מיט דער הילף פֿון אַלע בני־בית און אױך זײַנע נאמנים פֿון זײַנע געשעפֿטן און אױך פּאַראָבקעס אַראָפּטראַנספּאָרטירט אונטן.

און אַז מען האָט גענומען אױספּאַקן אָט די קױשן און קעסטלעך, װי די קױשן און קעסטלעך פֿון אַ קאַראַװאַנע קעמלען און מױלאײזלען, װאָס קומט פֿון דעם װוּנדערלעכן אופֿיר־לאַנד, באַלאָדן מיט כּל־טובֿ פֿאַרן בית־המקדש — האָט עס אָנגעהױבן צו פֿאַרשמעקן און פֿאַרגלאַנצן און פֿאַרפֿאַרבן אין אַלע װינקעלעך פֿון אונדזערע שטובן, װאָס זענען שױן געװעזן נאָך דרײַ מאָל ציכטיקער װי אַ גאַנץ יאָר, אױפֿצונעמען דעם גאַסט, װאָס זײַן נאָמען איז פּסח און װאָס אים אַלײן זעט מען אײגנטלעך נישט… נאָר די סװיטע זײַנע באַזעצט זיך אױף יעדן חפֿץ באַזונדער אין שטוב.

און עס זענען אַרויס פֿון די קױשן סערװיזן מיט װאַזעס און ריזיקע טעלערס און טיפֿע טעלערס און פֿלאַכע און קלײנע און נאָך קלענערע און טעלערס אײנפֿאָרעמדיקע און האַלב־לבֿנה־פֿאָרעמדיקע. און סערװיזן מיט אַלערלײ בלומען אױף זײ. און סערװיזן גלאַנציקע און װײַסע װי פּאָלירט זילבער. און סערװיזן מיט אַלערלײ מענטשעלעך פֿון אַלערלײ יאָרהונדערטער און אַלערלײ לענדער פֿון אײראָפּע. און עס זענען אַרױס פֿון די קױשן אַלערלײ טעפּ פֿון פּאָרצעלײַ און פֿון גלאַזורירטן לײם און שטאָל און גלאַזירטער בלעך. און האַקמעסערס און מילכלעך און ריזיקע, דרײַצײניקע גאָפּלען מיט אױסטערלישע הענטלעך. און עס זענען פֿון אַ באַזונדערן פּאַק אַרױס אַלטע הגדות און אָפּגעאָטעמט פֿון די שאַרפֿע געװירצן, אין װעלכע זײ זענען געװעזן אײַנגעפּאַקט, אַז דער מאָל זאָל נישט האָבן קײן שליטה איבער זײ.

און עס איז אַרױס אַ שנײ װײַסער קיטל מיט זילבערנע עטרה־באַזױמונגען און אַ זילבערנעם גאַרטל און אַ גאָלדענע יאַרמלקע —— דעם טאַטנס בגדי מלכות צו די סדרים, מחמת אױף יום־כּיפּור האָט ער געהאַט אַן אַנדערן קיטל — אין גאַנצן אָן שום באַצירונגען, אַזױ װי תּכריכים. און כאָטש דער זינען פֿון אָט דעם קיטל צום סדר איז דאָך אױך געװעזן צו דערמאָנען יענעם אײביקן קיטל — האָט אָבער דער טאַטע געהאַט זײַן אײגענעם בליק דערױף. און צום סאַמע סוף אין פֿון די קױשן פֿון דער קאַראַװאַנע, װאָס איז אָנגעקומען פֿון דער פּמליא־של־מעלה פֿון בױדעם — אױסצושפּרײטן איר פּסחדיקע ממשלה איבער דער פּמליא־של־מטה פֿון צװײטן שטאָק, יאָ, צום סאַמע סוף איז פֿון די קױשן אַרױס די סימפֿאָניע פֿון די כּוסות.

סך־הכּל זענען מיר דעמאָלט געװען אַ משפּחה פֿון פֿיר, וואָרעם הערץ, אונדזער ייִנגסטער ברודער, איז געבױרן געװאָרן שױן אין דער תּקופֿה פֿון די שװאַרצע סדרים. איז צו װאָס זשע אַזױ פֿיל כּוסות? איז דער תּירוץ, אַז די כּוסות זענען געװעזן דעם טאַטנס אומגעשריבענע לידער אין גלאָז. געװעזן צװישן זײ בלױע, װי הימל און בלױע װי טונקעלער ים, און ראָזע װי רױזן, און רױטע װי זונאױפֿגאַנג. און געפּינטלטע מיט דורכזיכטיקע רעדעלעך און געשטרײַפֿטע מיט פּאַסן. גלאַטע און געשליפֿענע און אין גאַנצן אָן קאָלירן, דערפֿאַר אָבער שימערירנדיקע ווי דימענט געשליפֿענער אין זעכצן קאַנטן. און כּוסות אױף פֿיסלעך און אָן פֿיסלעך און אױף דרײַ פֿיסלעך און כּוסות קלײנינקע, װאָס קענען קױם אַ טױטראָפּן אַרײַננעמען און אַזעלכע, װאָס קענען אָנשיכּורן אַ לוט, אָדער אַ נח — קױם האָט ער פֿיר פֿון זײ אױסגעלײדיקט, װי דער דין איז. און אין װאַטע געפּאַקט איז אַרױס צום סוף דער כּוס פֿאַר אליהו הנבֿיא.

געװעזן אין שטוב אױך אַ זילבערנער כּוס אַ גרױסער און מען האָט אים גערופֿן אליהו הנבֿיאס כּוס, אָבער ער פֿלעגט שטײן אין זילבערשענקל אַ גאַנץ יאָר אָפֿן — איז דעריבער געװעזן אַ באַזונדערער, געשליפֿענער אליהו הנבֿיא־כּוס און דװקא פֿון גלאָז רױט מיט בלױ געמישט, אַן אױפֿגײענדיקע זון מיט דער בלױקײט פֿון פֿרימאָרגן־הימל.

און אָט איז נאָך אַ טאָג נענטער צו פּסח — און די כּלים אַלע צעפּאַקט און צעשטעלט, װוּ זײ געהערן. און אָט איז שױן בדיקת־חמץ, און אָט איז שױן ערבֿ־פּסח, דאָס חמץ איז שױן פֿאַרברענט, און אָט איז שױן דער טאַטע מיט אונדז אין בית־המדרש און ער זוכט שױן אױס צװײ אורחים. יעדן שבת פֿלעגט דער טאַטע נעמען אײן אורח צום טיש, סײַדן עס זענען געבליבן אורחים — פֿלעגט ער נעמען צװײ. און ער פֿלעגט זאָגן דעם שמשׂ: גיט מיר װעלכן אורח איר װילט אַלײן — און נאָר די סדרים פֿלעגט ער קלײַבן. די עסטעטיק האָט גובֿר געװען די עטיק… אין די סדרים פֿלעגט זיך דער טאַטע אױסלעבן עסטעטיש — אױסלעבן זײַן בענקשאַפֿט נאָך שײנקײט און ער האָט געמוזט בײַ אָט דעם טיש האָבן ציכטיקע אורחים, בעלי־נגינה. עטלעכע אורחים פֿלעגן שױן אַזױ קירעװען זײערע לאַנד־נסיעות, אַז זײ זאָלן אָנקומען אױף פּסח דװקא אין אונדזער שטעטל, װײַל דעם טאַטנס סדרים האָבן געהאַט אַ שם צװישן זײַן משפּחה און די ארחי־פּרחי פֿון דער מדינה…

און אָט איז דער סדר־טיש. ער פֿאַרנעמט כּמעט די גאַנצע מיטלסטע שטוב. אַ בעט איז אַרײַנגערוקט אין מיטן שטוב און פֿאַרװאַנדלט אין דעם היסבֿ־בעט. און כאָטש מיר קענען אַלע גוט דאָס דאָזיקע בעט, דערקענען מיר עס נישט. עס זעט אױס װי אַ טראָן, אַ ברײטער טראָן מיט די פּליושענע דעקעס און די קישנס אונטער זײ און — דער עיקר — די בגדי־מלכות.

זעקס זילבערנע לײַכטערס בליאַסקען און בליצן. צװײ פֿון זײ מיט רערן, װאָס קענען אַרײַננעמען פֿיר ליכט אױף אַמאָל. און הײַנט זענען זײ אַלע אַנדערש צעשטעלט — אין דער לענג פֿון גאַנצן טיש, און די סטעאַרין־ליכט גאַנץ הױכע. דער סדר דאַרף געדױערן לאַנג. אױפֿן היסבֿ־בעט זיצט חוץ דעם טאַטן — דער מיזיניק: איך. עס פֿירט זיך נישט, אַז בײַם סדר זאָל דער מלך זיצן מיט דער מלכּה צוזאַמען — מחמת די מלכּה דאַרף אין דעם פֿאַל איבערװאַכן איר מלוכה, װאָס קומט צום װאָרט צװישן די צװײ העלפֿטן פֿון דער הגדה — די קנײדלעך. און נישט נאָר די קנײדלעך — מחמת בײַ אַ סדר פֿעלט אַלע מאָל עפּעס אַ קלײניקײט און מען קען דערױף לאַנג נישט װאַרטן. מוז די מאַמע זײַן גרײט אױף אַ װוּנק. צי דאָס איז „מלח‟, צי „זרוע‟ — עפּעס װעט שױן נישט שטימען אַקוראַט װי אַ שװײצאַריש זײגערל… און כאָטש דער טאַטע איז אַלע מאָל בײַ אַזעלכע זאַכן מילד, װאָס מילדער קען נישט זײַן, בײַ אַ סדר איז עס אָבער אַנדערש — עס װאָלט פֿאַרשטערט דעם ריטעם, דעם גראַם — און די סדרים זענען זײַנע לידער…

איך פֿרעג אָפּ די פֿיר קשיות. און כאָטש אין טעגלעכן לעבן רעדן מיר מיט טאַטע־מאַמע פּױליש — מוז איך זאָגן די פֿיר קשיות טראַדיציאָנעל מיט דער ייִדישער װערטער־גאַרנירונג. איך פֿאַרליר מיך דערבײַ זײער און זײער, װײַל כאָטש איך פֿאַרשטײ ייִדיש — צום רעדן בין איך נישט געװױנט. נאָר אַזױ מוז עס זײַן. טראַדיציע.

און דער טאַטע הױבט אױף זײַן אײביק װאַרעם קול, װאָס איז פֿול מיט ליבע צו אַלץ, דאָס קול, װאָס איז אַ ביסל הײזעריקלעך פֿון רױכערן אָן אַ סוף און ער הױבט זיך באַלד אױף אױף פֿליגלען פֿון עפּעס אַ ריטעם, װאָס אין נישט קײן געזאַנג און דאָך אַ געזאַנג:

— עבֿדים הײנו — — —

און די גאַנצע שטוב װערט באַלד אַ כאָר. יעדעס שטיקל האָט זיך זײַן אײגענעם ניגון, כאָטש אַלע ניגונים צוזאַמען זענען אײן גרױסע סימפֿאָניע. טאָמער מאַכט װער אַ גרײַז — צי די מאַמע, צי די דינסטן, צי די אורחים, צי מיר — די צװײ ייִנגלעך — דערהערט דער טאַטע באַלד, װי אַ געניטער קאַפּעל־מײַסטער, װאָס דיריגירט און ער בלײַבט שטײן אַ רגע — כּדי דער ריטעם זאָל זיך װידער פֿאַראײניקן. ער מאַכט נישט אױפֿמערקזאַם — נישט צו פֿאַרשעמען קײנעם, אָבער דער סדר אַלײן איז אױך אַ יש און טאָר נישט פֿאַרשעמט װערן. אפֿשר די שכינה.

און אַזױ װי דאָס ערשטע כּוסהלע האָב איך שױן געטרונקען און אױך אין מיר האָט שױן אין די טיפֿענישן פֿון מײַן אײגענער נשמה זיך אַרױסגעװיקלט די שפּעטערדיקע בלום פֿון פּאָעזיע —— פֿלעגן אין מיר בײַ אָט די סדרים די לײַכטער, זײער ליכט, דאָס טישטעך, די פּאָרצעלײַענע כּלים, די ניגונים און די לבֿנה־נאַכט אין דרױסן מיט דער גרױסער לבֿנה, װאָס פֿלעגט אַרײַנקוקן אַלע מאָל צום סדר אין פֿענצטער אַרײַן — זיך צונױפֿגיסן אין אײן זילבערנעם שטראָם.

זײ פֿלעגן געדױערן לאַנג, די סדרים. ביז מיר פֿלעגן צוקומען צום עסן — זענען שױן אַלע פֿעטערס לאַנג פֿאַרטיק געװעזן מיט זײערע גאַנצע סדרים און זײערע קינדער פֿלעגן אַרײנקומען צו אונדז, צום צװײטן טײל פֿון סדר — מיטצוזינגען מיטן טאַטן דעם הלל, דעם כּי לו נאה, דעם אחד מי יודע און דעם חד־גדיא — און ערשט נאָך אַלעמען אַרױסגײן מיטן טאַטן אױף אַ שפּאַציר איבערן שטעטל, װאָס אַלע זײַנע דעכער און אַלע זײַנע בײמער זענען איצט געװעזן באַגאָסן מיט זילבער און מיט שטילקײט און נאָר פֿון דער װײַטן, פֿון אַ װינקל פֿון אַן אָרעמער גאַס האָבן שיכּורלעכע קולות געשריגן: קו־קו־רי־קו!

געװעזן בײַ אונדז אין שטעטל אַן אַלטער ייִד, װאָס האָט געהאַט אָט דעם צונאָמען און װײַסע חבֿרה האָט זיך געמאַכט אַ מינהג נאָך די סדרים זיך צונױפֿצוקומען הינטער זײַנע פֿענצטער און צו קרײען, און דער ייִד האָט שטאַרק געליטן פֿון דעם. און דער טאַטע װידער האָט זיך געמאַכט אַ מינהג נאָך יעדן סדר צו צעטרײַבן די װײַסע חבֿרה. און זײ האָבן דעם טאַטן געפֿאָלגט און די זילבערנע שטילקײט האָט זיך װידער אַראָפּגעלאָזן איבערן שטעטל און מיר זענען געגאַנגען צום טײַכל פֿון אײן זײַט שטעטל און צו דער לאָנקע פֿון דער אַנדערער זײַט שטעטל און אײַנגעזאַפּט אין זיך די נאַכט־ריחות פֿון דעם אָנקומענדיקן פֿרילינג.

און אַזױ איז עס געגאַנגען יאָר אײַן יאָר אױס ביז עס איז געקומען דאָס יאָר 1906. אין יענעם יאָר איז דער טאַטע געװאָרן פֿאַריתומט, פֿאַרלוירן זײַן געליבטע מאַמע. און כאָטש ער איז שױן דעמאָלט פֿערציק יאָר אַלט געװעזן — האָט זײַן טרױער נישט געהאַט קײן גרענעצן. נאָר דאָס איז אַ באַזונדערע מעשׂה פֿאַר זיך און איצט נאָר אין שײַכות מיט די זילבערנע סדרים.

אַװדאי װײסן מיר, אַז דער טאַטע איז זײער אומעטיק. אָבער סדר איז סדר און אַלץ איז צוגעגרײט געװעזן װי אַלע יאָר. אַלץ פֿינקלט זילבערדיק. און דער ערשטער טײל פֿון סדר איז שױן אַריבער. און מיט יעדן בלעטל אין דער הגדה אָטעמען מיר לײַכטער אָפּ און מיר האָפֿן, אַז אַלץ װעט אַריבער כּשורה. און אָט האָט מען שױן אָפּגעגעסן און מען בענטשט שױן. און… דער טאַטע זאָגט: הרחמן הוא יברך את אַבי מורי ואת… און פֿאַר די װערטער „ואת אמי מורתי‟ װאָס ער האָט שױן אין דעם יאָר נישט געטאָרט מער זאָגן, װײַל ער האָט שױן קײן מאַמען נישט געהאַט — ברעכט ער אױס אין אַ טיפֿן און האַרציקן געװײן און דער גאַנצער סדר איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ טײַך פֿון טרערן — אַלע האָבן געװײנט, די מאַמע, די דינסטן, די אורחים, די קינדער — מינוטן־לאַנג.

און נישט נאָר דער דאָזיקער סדר איז פֿאַרטונקלט געװאָרן, נאָר די גאַנצע אינסטיטוציע אין אונדזער שטוב, װאָס איז ביז דעמאָלט שױן אַלט געװען פֿערצן יאָר — אַלע איבעריקע סדרים פֿון דעמאָלט אָן זענען פֿאַרטונקלט געװאָרן. יעדעס יאָר איז פֿון יענעם יאָר אָן צוגעקומען אַ נײַע צרה, אָדער אַ נײַ אומגליק. און בשעת די סדרים זענען זײ אַלע אַרױפֿגעקומען אױפֿן טיש. אין יאָר 1907 איז טאַקע צוגעקומען נאָך אַ קינד, אונדזער ברודער הערץ, אָבער אין יאָר 1910 איז געװאָרן אַ ברודער װײניקער בײַם סדר, ער איז אַװעק מיט דער צװײטער עליה קײן ארץ־ישׂראל, געװעזן אַ שומר — און װער װײסט װוּ ער װאַלגערט זיך איצט בשעת מען זיצט דאָ בײַ אַזאַ שײנעם סדר — האָט אָט דער געדאַנק נישט געלאָזן נעמען אַ ביסן צו די ליפּן, אַ ניגון אין מױל.

אַ יאָר שפּעטער בין איך געװאָרן אַ װעגעטאַריער און נישט מיטגעגעסן די סעודה און די מאַמע האָט מיר געגרײט אַ באַזונדער טישטעכל אין װינקל טיש מיט מײַן מילכיקס… און אױך דאָס האָט דעם טאַטן געבראַכט צו טרערן: אַן אײגענער זון זיצט בײַם טאַטנס טיש אין אַ װינקל, װי אַ נישט־געבעטענער אורח… — האָט ער געזאָגט. און בכלל האָט אים אַלץ בײַ אָט די סדרים געװעקט טרערן פֿון צער און פֿון דערמאָנונג — דאָס ליד פֿון שׂימחה און שײנקײט איז געװאָרן אַ ליד פֿון צער און שײנקײט — די שײנקײט איז געבליבן סײַ װי סײַ. אַלץ איז באַזױמט געװאָרן מיט טונקעלע שלײערן — און אױך די ניגונים זענען געװאָרן ניגונים פֿון עצבֿות — און אַפֿילו אַרום די לבֿנות האָבן זיך פֿון יענעם יאָר 1906 געשטעלט שװאַרצע זױמען…

ביז עס איז געקומען דאָס יאָר 1914, די ערשטע װעלט־מלחמה, און פֿרעמדע הענט האָבן צעראַבירט די גאַנצע פּמליא־של־מעלה און אױך די גאַנצע פּמליא־של־מטה. די שטוב איז שױן געװעזן אַ האַלב צעבראָכענע נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. דאָ און דאָרט איז נאָך אַמאָל געפּראַװעט געװאָרן אַ סדר, כּמעט אַ װאָכעדיקער, שטיקלעך און ברעקלעך פֿון אַ מאָל. אָפֿט האָט שױן פּאַסירט, אַז דער טאַטע איז אַלײן געבליבן מיט דער מאַמען צום סדר און נאָר אײן אײנציקער אורח צום טיש, װאָס דער שמשׂ האָט צופֿעליק צוגעטײלט — נישט צו פֿאַרשעמען דעם זכר פֿון אַ מאָל, װאָס ער האָט נאָך געדענקט.

און אַזױ ביזן יאָר 1939 — װען אַלץ איז אַװעקגעשװוּמען פֿון דער װירקלעכקײט אַרױס, אין דער אײביקײט אַרײַן, װוּ עס לײַכט זיך װידער מיט אַזאַ זילבערן ליכט, װאָס קען קיין מאָל שױן מער נישט װערן פֿאַרטונקלט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.