ווידעאָ: ווען יאָדאַ וואָלט גערעדט ייִדישWATCH: If Yoda spoke Yiddish
דער „דזשעדײַ“־מײַסטער פֿון „שטערן־מלחמות“ קלינגט אַ ביסל ווי אַ דײַטש צוליב זײַן מאָדנעם אופֿן פֿון רעדן.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך אַרויפֿגעשטעלט אַן אַלטן ווידעאָ, אין וועלכן לייזער בורקאָ רעדט אונטער אויף מאַמע־לשון די רעפּליקן פֿון אַ סצענע פֿונעם באַרימטן האָליוווּדער פֿילם „דער קוואַטער“. דער ווידעאָ האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם און עטלעכע לייענער האָבן געפֿרעגט, צי עס זענען פֿאַראַן נאָך ייִדישע סצענעס אַזעלכע.
דער ענטפֿער איז יאָ. איז דערפֿאַר כּדאַי צו זען ווי בורקאָ האָט „באַאַרבעט“ אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם „שטערן־מלחמות: די אימפּעריע דערלאַנגט אויף צוריק“, אין וועלכן דער „דזשעדײַ“־מײַסטער יאָדאַ (לייזער בורקאָ) רעדט מיטן הויפּטהעלד לוק סקײַוואַלקער (דזשעסיקאַ קריזיין). אַזוי ווי אויף ענגליש, רעדט יאָדאַ אינעם ייִדישן נוסח מיט אַ מאָדנעם סינטאַקס — דער סדר פֿון זײַנע זאַצן איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרדרייט. אויף מאַמע־לשון קלינגט עס טאַקע אַ ביסל ווי דײַטש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO