ווידעאָ: אַ שוועדישער ייִד לייענט פֿאָר וואָס זײַן טאַטע האָט מיט יאָרן צוריק געשריבן אין אַ העפֿטלWATCH: A Swedish Jew shares what his father had written years ago in a notebook
אין די זכרונות פֿון בען אויערבאַכס טאַטן, הערט מען ווי ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר א פּאָליאַק און געגנבֿעט די שוועדישע גרענעץ.
ניט לאַנג נאָך זײַן טאַטנס טויט, האָט בען אויערבאַך, אַ ייִד אין שטאָקהאָלם אַנטדעקט בײַ זיך אין שטוב אַ העפֿטל זכרונות, געשריבן מיט דער האַנט, וואָס זײַן טאַטע, אלי איזער אויערבאַך, האָט געשריבן וועגן זײַנע איבערלעבונגען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה — קודם אין ליפּנע, פּוילן, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן, און דערנאָך אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון פּוילן און פֿינלאַנד.
אין נאָוועמבער 2020 איז אין שטאָקהאָלם פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, אין וועלכער בען אויערבאַך האָט פֿאָרגעלייענט טיילן פֿון זײַן טאַטנס זכרונות אויף מאַמע־לשון, און זײַן טאָכטער דניאלה — אויף שוועדיש. לייף פֿריילעך האָט ספּעציעל פֿאַרן פֿאָרווערטס צוגעגרייט אַ ווידעאָ דערפֿון.
דער טעקסט וואָס בען אויערבאַך לייענט פֿאָר אינעם ווידעאָ איז אַ צונויפֿפּאָרונג פֿון צוויי מקורים: צו די זכרונות וואָס ער האָט געפֿונען, האָט ער צוגעגעבן אויסצוגן פֿון בריוו וואָס זײַן טאַטע האָט באַלד נאָך דער מלחמה געשיקט זײַנע לאַנדסלײַט אין ישׂראל. די כראָניק הייבט זיך אָן מיט אלי איזער אויערבאַכס רײַזע אויף אַ ביציקל קיין לובלין אין סעפּטעמבער 1939 בשעת דער דײַטשישער באָמבאַרדירונג, און ענדיקט זיך מיט דעם ווי אַזוי ער האָט זיך אין 1944 פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּאָליאַק און איז פֿאַרשיקט געוואָרן דורך די דײַטשן קיין פֿינלאַנד, פֿון וואַנען ער האָט געגנבֿט די גרענעץ און זיך אָפּגעגעבן צו דער שוועדישער פּאָליציי.
די בריוו, וואָס אלי איזער אויערבאַך האָט געשיקט זײַנע לאַנדסלײַט זענען שפּעטער פֿאַרעפֿטנלעכט געוואָרן אינעם יזכּור־בוך „ספֿר ליפּנא“. זײ גיבן איבער וועגן דעם אומקום פֿון די ייִדן אין ליפּנע, פּוילן; צווישן זיי — אויערבאַכס פֿרוי רייזל־לאה, זײַן טאָכטער מרים און זײַן זון נחמיה.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO