פּאַריזער זומער־פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען סײַ פּנים־אל־פּנים, סײַ דורך „זום“Paris summer program to be held both in person and over Zoom
סטודענטן קענען אויסקלײַבן צווישן פֿינף מדרגות פֿון שפּראַכקלאַסן, ווי אויך צוגאָב־וואַרשטאַטן, אַרײַנגערעכנט חסידיש־ייִדיש און אַלט־ייִדיש.
להיפּוך צו דער זומער־פּראָגראַם פֿונעם ניו־יאָרקער ייִוואָ, וואָס וועט הײַיאָר ווידער פֿאָרקומען אויסשליסלעך אָנלײַן, וועט דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“ דורכפֿירן זײַנע קלאַסן סײַ פּנים־אל־פּנים, סײַ דורך „זום“.
די זומער־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר אַלע דרײַ יאָר אין דער פֿראַנצייזישער הויפּטשטאָט אונטער דער פּעדאַגאָישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי, וועט דורכגעפֿירט ווערן פֿון מאָנטיק, דעם 9טן אויגוסט ביז פֿרײַטיק, דעם 27סטן אויגוסט. מע וועט לערנען ייִדיש אויף פֿינף מדרגות. די ערשטע און צווייטע מדרגות, מיט נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד און אַניק פּרים־מאַרגוליס, וועלן זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים. ווי עס שטייט אויף דער וועבזײַט, וועלן די קלאַסן דורכגעפֿירט ווערן „אונטער אַ שטרענגער השגחה וואָס שייך סאַניטאַרישע נאָרמעס.“ פֿאַר די אָנהייבער־סטודענטן וואָס קענען ניט קומען קיין פּאַריז, וועלן סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ, קאַראָלינאַ שימאַניאַק, לייזער בורקאָ און דאַריאַ וואַכרושאָוואַ לערנען אָנהייבער־קורסן דורך ”זום“.
פֿאַר די סטודענטן וואָס וועלן זיך לערנען אינעם לאָקאַל פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק“, וועט מען אויך האַלטן געזאַנג־סעסיעס און קאָכן־וואַרשטאַטן, וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים.
די שפּראַכקלאַסן פֿונעם דריטן ניוואָ ביז פֿינפֿטן ניוואָ פֿינף, ווי אויך ס׳רובֿ קולטורעלע פּראָגראַמען און וואַרשטאַטן, וועלן זיך טרעפֿן דורך „זום“. די לערער בײַ די מדרגות דרײַ ביז פֿינף וועלן זײַן יצחק ניבאָרסקי, שרון בר־כּוכבֿא, רייזע טורנער, נאַטאַליע קריניצקאַ, לייזער בורקאָ, קאַראָלינאַ שימאַניאַק און טל חבֿר־כיבאָווסקי.
וואָס שייך די סעסיעס וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן דורך „זום“, וועט מען האַלטן אַ פֿילמוואַרשטאַט וואָס וועט ווײַזן די סטודענטן ווי אַזוי צו שאַפֿן און רעדאַקטירן ווידעאָס אויף ייִדיש און וואַרשטאַטן געווידמעט מוזיק, גראַמאַטיק, אַלט־ייִדיש און חסידיש־ייִדיש.
דער שׂכר־לימוד איז 680 אייראָס פֿאַר דער פֿולער פּראָגראַם און 470 אייראָס פֿאַר ווייניקער לערן־שעהען. די וואָס קענען ניט אויספֿירן צו באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז ווערן געמוטיקט אָנצוגעבן אויף אַ סטיפּענדיע.
כּדי זיך צו דערוויסן נאָך פּרטים, באַזוכט די וועבזײַט פֿון דער פּאַריזער זומער־פּראָגראַם דורכן געבן אַ קוועטש דאָ. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO